top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

באזוך פון האד' מוויז'ניץ ביי סלאבאדקא ראש ישיבה אין ליכט פון פרישע גזירות קעגן דעם עולם התורה‎

זונטאג פ' שמיני • כ"א אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


היינט פארמיטאג איז מרן האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין שטוב פונעם ראש הישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א דן צו זיין איבער דעם ברענעדיגן נושא פון גיוס בני הישיבות וואס איז די טעג ווידער עומד על הפרק, נאכפאלגנדיג די דראמאטישע אורטייל פונעם העכסטע געריכט אין מדינת ישראל דעם דאנערשטאג.


די צוויי גדולי ישראל האבן פאר קרוב צו א האלבע שעה נושא ונותן געוועהן איבער אלע צדדים, בדרכי התורה והוראה במלחמת אש דת, וויאזוי זיך אומצוגיין ווייטער און איבערגעשמועסט די ווייטערדיגע פלענער אינעם קאמף צו ראטעווען דעם עולם התורה, די רבי שליט"א האט זיך אויסגעדריקט פארן ראש ישיבה אז דער גזירה קשה לאזט איהם נישט קיין מנוחה אין באטאנט די וויכטיגקייט פון ארבעטן באנענזאם אלע שיכטן אין קרייזן בדעה אחת צו בייקומען די גזירה - אונטער די הדרכה פונעם ראש הישיבה שליט"א וואו די רבי האט זיך אויסגעדריקט אז ער איז סומך ידיו אויפן ראש ישיבה צו באשליסן איבער אלע ספיקות און שאלות וואס קומען ארויף וכדת מה לעשות.

Comments


bottom of page