דינסטאג פ' בהעלתך - י"ז סיון תשפ"ג | קול בחצרות
בילדער קרעדיט: די וואך
אשריכם תלמידי חכמים, שדברי תורה חביבין עליכם
מסוף העולם ועד סופו איבערן גאנצן כדור הארץ האט אפגעהילכט די מאסיווע כבוד התורה וואס האט זיך אפגעשפילט נעכטן אויפדערנאכט על אדמת אמעריקע, ווען א געשאצטע 25 טויזנט אידן מבני היכלא דאורייתא האבן זיך צונויפגעזאמלט אפצוגעבן דעם כבוד התורה פאר די אדירי התורה, ביים היסטארישן מעמד אדירי התורה אין צענטער פון שטאט פילאדעלפיע, לרומם ולהדר די חשובע לומדי תורה ומחזיקי תורה, די עצי חיים און אדני הקודש פון בית המדרש גבוה ד'לעיקוואד, מיט אירע קרוב צו צען טויזענט לומדי תורה מתוך הדחק.
די היסטארישע מעמד איז געפייערט געווארן להוקיר ולכבד די אינגעלייט און בחורים בני תורה וואס זענען זיך ממית באהלה של תורה, און גלייכצייטיג ארויסהייבן לשבח די געוואלדיגע פעולות פון די מחזיקי התורה. ביים מעמד וואס איז פארגעקומען אינעם גיגאנטישן וועלס פערגא סטעדיום אין פילאדעלפיע איז איבערגעפולט געווארן די העכער פינף און צוואנציג טויזנט זיץ פלעצער, אין צוגאב צו נאך א ריזן ציבור וואס האט נישט געהאט וואו צו זיצן צוליב די איבערפלוס פון לומדי תורה וחובבי תורה.
א הערליכע בימת הכבוד פון פינף הונדערט רבנים וראשי ישיבות, תלמידי חכמים ומרביצי תורה, האבן אפגעשפיגלט די ציהל פונעם נאכט, זעענדיג מיט די אייגענע אויגן די געוואלדיגע כח התורה וואס קומט ארויס מבין כותלי הישיבה, אין שפיץ האט זיך אנגעזעהן די גדולי ראשי הישיבות פון בית מדרש גבוה, די צוויי חשובע געסט מזקני ראשי הישיבות בארץ הקודש, מרן הגאון הגדול ר' דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, און הגאון הגדול ר' מאיר צבי בערגמאן שליט"א ראש ישיבת הרשב"י. אזוי אויך האט זיך אנגעזעהן די השתתפות פון די גרויסע ראשי הישיבות אין אמעריקע, הגאון הגדול ר' אלי' בער וואכטפויגל ראש ישיבת סאוט פאולסבורג, הגאון הגדול ר' יצחק סורוצקין ראש ישיבת טעלז, הגאון הגדול ר' אהרן פעלדמאן ראש ישיבת באלטימאר, הגאון הגדול ר' שלמה פייוויל שוסטאל, הגאון הגדול ר' אלי' בראדני ראש ישיבת מיר, הגאון הגדול ר' יהודה שוועי, הגאון הגדול ר' יוסף חברוני מראשי ישיבת חברון, הגאון הגדול ר' ראובן פיינשטיין ראש ישיבת סטעטן איילענד, הגאון הגדול ר' הלל דעוויד, און נאך חשובע ראשי ישיבות אשר אי אפשר לפורטם כי רבם הם.
דורכאויס די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך אנגעזעהן א מאסיווע שטראם פון אלע געגנטער ארום, לעיקוואד, ברוקלין, מאנסי, און אלע אנדערע שטעט וואו עס וואוינען לומדי תורה ומחזיקי תורה. הונדערטער באסעס האבן געפירט דעם ציבור לפונדק אחד, צום ריזן סטעדיום אין פילאדעלפיע, וואו די גאנצע זאל איז בליץ שנעל געווארן איבערגעפולט מקצה אל קצה, און א גאר רייכע סעודה איז געווען צוגעגרייט פאר אלע באטייליגטע לכבוד התורה ולומדיה.
אנגעהויבן די מעמד האט מען מיט אמירת תהלים, פארגעזאגט דורך הגאון ר' חיים גינזבערג ראש חבורה אין בית מדרש גבוה ד'לעיקוואד, דערנאך האט מען געטאנצן לעבעדיג באגלייט מיט פרייליכע מוזיק. די גאנצע מעמד איז געווען איין שטיק שמחה וחדות התורה, אין באגלייטונג פון די בארימטע בעלי מנגנים ר' מאיר אדלער, ר' יענקי דאסקאל, ר' זאנוויל וויינבערגער, ר' דובי מייזעלס, בנצי קלעצקין, די מלכות כאר פון ארץ ישראל אין שפיץ פון ר' פנחס ביכלער, און די שירה כאר פון אמעריקע.
דער יושב ראש המעמד ר' יוסף היינעמאן מנכ"ל פון בית המדרש גבוה, האט אנגעהויבן זיין דרשה מיט לויב און דאנק צום באשעפער אין הימל שהגיענו עד הלום. ער האט אויפגערופן דעם ראש ישיבה הגאון האדיר ר' ארי' מלכיאל קאטלער שליט"א צו אדרעסירן דעם מעמד און משמיע זיין דברי ברכה לכבוד התורה ולומדיה.
דער ראש ישיבה ר' מלכיאל האט מודיע געווען איבער א פרישע העכערונג אין די געהאלט פאר די כולל אינגעלייט, א שטארקע מהפכה וואס איז צושטאנד געקומען בנדבת לבם פון די מחזיקי תורה אדירי התורה. דער ראש ישיבה האט מקדם געווען בברכה די חשובע געסט פון ארץ ישראל, מרן ראש הישיבה ר' דוב לאנדא און מרן ראש הישיבה ר' מאיר צבי בערגמאן.
דערנאך האט מען געהערט ווארעמע דברי ברכה דורך א לייוו הוק אפ מעבר לים, פון הגאון הגדול דיין ר' אהרן דוד דוננער, און פון המשפיע הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א.
א טאטאלע שטילקייט האט געהערשט איבער די גאנצע זאל, ווען דער יושב ראש האט מקבל פנים געווען הדרת כבודו פון הגאון הישיש ר' מאיר צבי בערגמאן ראש ישיבת הרשב"י, חתנו חביבו פון הגאון הרב שך בעל אבי עזרי, שטייענדיג אין די ימי השבעה על פטירת בנו ווי באקאנט, האט מען נישט אויפגענומען דעם ראש ישיבה מיט מוזיק און געזאנג, נאר דער גאנצער ציבור האט זיך אויפגעשטעלט און אויסגעשריגן בקול רם המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים.
דער ראש ישיבה האט אנגעהויבן די דרשה מיט דברי הספד לזכרו פונעם זקן ראשי הישיבות הגאון האדיר ר' גרשון אדלשטיין זצ"ל ראש ישיבת פאנאוויטש, שטייענדיג בתוך ימי השבעה להסתלקותו, דער ראש ישיבה האט דערמאנט זיין אייגענע אבילות, און ארויסגעברענגט די שטארקע הערצה וואס מ'דארף האבן פאר די לומדי תורה, און די חיזוק וואס מ'דארף כסדר געבן זיי צו העלפן לערנען ווייטער מיט גרויס התמדה.
קיין טריקן אויג איז נישט געווען ווען דער ראש ישיבה האט דערמאנט די שווערע צרה וואס שוועבט אויף כלל ישראל, ווען טויזענטער בחורים און מיידלעך ווארטן אויף זייער באשערטע, און טוט שטארק פארשווערן זייער חיות און ליבשאפט צו די תורה הקדושה. דער ראש ישיבה האט געזאגט מען זאל זיך פארנעמען צו בענטשן פון אינעווייניג, ווי זיין שווער הרב שך האט געזאגט אז דאס איז א סגולה צו טרעפן א גוטע שידוך בקרוב ובניקל.
דערנאך האט מען ארויסבאגלייט דעם ראש ישיבה פון זאל, לויט די פסק הלכה אז דער ראש ישיבה מעג נישט בלייבן לענגער ווי די דרשה, די גאנצע ציבור האט געזינגען פרייליכע ניגונים לכבודו, אבער אן קיין מוזיק.
דערנאך האט מען געהערט דברי ברכה פון הגאון חכם יוסף הררי רפול ראש ישיבת עטרת תורה, און די בעלי מנגנים האבן געזינגען ווארעמע ניגונים.
דאן איז מען צוגעטרעטן צום הויכפונקט פונעם מעמד, ווען דער ראש ישיבה הגאון ר' ישראל ניומאן האט מסיים געווען גאנץ ש"ס בבלי און ירושלמי, וואס איז געלערנט געווארן דורך די טויזענטער לומדים אין בית מדרש גבוה, לכבודו פון הנגיד המרומם ר' לואי שיינער לעילוי נשמת אמו ע"ה. דערנאך האט דער ראש ישיבה הגאון ר' דוד שוסטאל געזאגט די קדיש און די צענדליגע טויזענטער באטייליגטע האבן אויסגעבראכן אין פייערדיגע ריקודין פאר לענגערע מינוטן בשלהבת אש קודש, ניגוני תורה און שבח והודאה.
דערנאך האט מען געהערט א דרשה פון הגאון ר' אלי' חיים שווערדלאף ראש ישיבת פעטערסאן ניו דזשערזי, און דערנאך האט מען געהערט דברי ברכה פונעם ראש ישיבה הגאון ר' ירוחם אולשין, וועלכער האט דערנאך פארגעזאגט קבלת עול מלכות שמים בהתעוררות רב.
די היסטארישע מאמענטן וועלן לאנג געדענקט ווערן ביי די וואס האבן עס מיטגעהאלטן, די געוואלדיגע כבוד התורה וואס איז נתרומם געווארן למעלה למעלה און די חיזוק ברוח ובגשם וועט באגלייטן די חשובע לומדי תורה עדי ביאת הגואל.
Comments