זונטאג פ' שמיני • כ"א אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם שבת ביים מיטאג טיש בחצר הקודש וויז'ניץ, אינעם טאג פון די יארצייט פון הרה"ק בעל ישועת משה מוויז'ניץ זי"ע - כ’ אדר, האט זיך מרן האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א באצויגן צו די שענדליכע אורטייל פונעם העכסטע געריכט אין מדינת ישראל אויף גיוס בני הישיבות זאגענדיג אז זיין טאטע ז"ל איז געווען א אמתע קנאי און פלעגט צו זאגן אז מען טאר זיי גארנישט פאלגן, אויב זיי וועלן אונז זאגן אז מיר זאלן לערנען בבא קמא וועלן מיר לערנען דוקא בבא מציעא, מיר פאלגן זיי נישט מיט גארנישט.
די רבי האט ווייטער ארומגערעדט און געווייטאגט אויף די יעצטיגע אומשטאנד זאגענדיג אז פאר אזא זמן דארף מען האבן שטארקע כוחות, דערמאנענדיג א סיפור פון זיידן הרה"ק האמרי חיים זי"ע אז עס זענען צו איהם אריינגעקומען עסקנים און געפרעגט פארוואס עס פעלט זיך אויס די מלחמה קעגן די גיוס בנות געזעץ, אונזערע טעכטער וועלן דאך ממילא נישט גיין אין מיליטער און זיי וועלן בעסער גיין אין תפיסה, האט די הייליגע אמרי חיים געענטפערט, גערעכט, מיר וועלן טאקע גיין אין תפיסה און זיך נישט שרעקן פון א געזעץ, אבער וואס וועט זיין מיט עפעס א פארווארפענע איד אין א פארווארפענע דארף, וואס וועט זיין מיט אים אויב ער וועט האבן עלטערע טעכטער אינדערהיים און ער וועט מורא האבן פון גיין אין תפיסה? פאר דעם איד זענען מיר לוחם!
די רבי שליט"א האט דערמאנט זיין מלחמת קודש אינאיינעם מיט נאך גדולי ישראל אנטקעגן די פריערדיגע גזירת גיוס אין יאר תשע"ג, און אזויווי דעמאלטס אזוי אויך היינט וועלן מיר בלייבן שטארק, די רבי שליט"א האט אויסגעפירט די דברות קודש זאגענדיג "עס וועט זיי גארנישט העלפן, מיר וועלן בלייבן שטארק באש ובמים".
דערנאך האט די רבי געהייסן זינגען 'עוצו עצה ותופר', די חסידים האבן מיטגעזינגן מיט א ברען וויסענדיגע אז נצח ישראל לא ישקר און דאסמאל וועט אויך זיין א רווח והצלה ליהודים.
Comentários