top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מביטשקוב וועט איבערפלאנצן חצר קדשו אינעם עיר התורה והחסידות בני ברק

מאנטאג פ' שמיני • כ"ב אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


אין א גאר פריידיגע אנטוויקלונג איז געמאלדן געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מביטשקוב שליט"א, אז אין די נאנטע טעג וועט מען איבערפלאנצן דער 'ביטשקובער הויף' פון יפו קיין בני ברק. די רבי שליט"א האט מודיע געוועהן די בשורה משמחת דעם מוצאי שבת ביים יארצייט סעודה פון אביו כ"ק האדמו"ר מביטשקוב זצוק"ל, די צענטע הילולא קדישא וועלכע איז פארגעקומען אויף א גרויסע פארנעם אין שטאט בני ברק מיט די באטייליגונג פון א גרויסע ציבור חסידי וידידי בית ביטשקוב.


ביי די דברות קודש האט דער רבי איינגעמאלדן פאר די חסידים, אז נאך לאנגע יארן וואס די הויפטקווארטיר פון די חסידות האט זיך געפונען אין שטאט יפו, וועט מען אצינד גרינדן א נייע ביהמ"ד אין צענטער פונעם עיר התורה והחסידות בני ברק, אין נישט קיין צווייטן ארט וואו דער אלטע נדבורנא ביהמ"ד, משכן קודש פונעם רבינס זיידע הרה"ק רבי חיים מרדכי מנדבורנא זי"ע.


ווי באקאנט, האט דער ביטשקובער רבי זצ"ל געגרינדעט זיין ביהמ"ד אין די פרייע יפו געגענט און האט דורכאויס צענדליגע יארן מקרב געווען הונדערטער אידן לאביהם שבשמים און אנגעווארעמט די אידישע נשמות זיך צוריקצוקערן למקור צור מחצבתם. מיט צען יאר צוריק נאך די הסתלקות פונעם רבי'ן זצ"ל האט בנו וממלא מקומו כ"ק האדמו"ר מביטשקוב שליט"א ווייטער אנגעהאלטן בית מדרשו של אביו אין יפו, טראצדעם וואס דער רבי וואוינט אין בני ברק, איז דער רבי אריינגעקומען קיין יפו יעדן איינציגן טאג, אריינגערעכנט שבתים וימים טובים און דארט אפגעראכטן די תפלות און טישן, אויך פלעגט דער רבי פארלערנען שיעורים תמידין כסדרן פאר עדת צאן מרעיתו.


אצינד, מיט די הילף פון נדיבים בעם און גוטע פריינד, איז ערמעגליכט געווארן אפצוקויפן די נאסטאלגישע בית המדרש פון הרה"ק בעל 'דבר חיים' מנדבורנא זי"ע וואס געפינט זיך אויף די מינץ גאס אין בני ברק, ווי עס וועט אהערגעשטעלט ווערן א פראכטפולע בית גדול וקדוש און וועט דינען אלס דער צענטער-פונקט און תל תלפיות פון חסידי ומעריצי בית ביטשקוב.


בורא עולם בקנין השלם זה הבנין.

• • •

דעם אלטן נאסטאלגישן נדבורנא ביהמ"ד אויף די מינץ גאס אין בני ברק וואס איז אפגעקויפט דורך די ביטשקובער קהילה


Comments


bottom of page