top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלעד מעיאר קאנדידאט יהודה בוטבול באזוכט ביי האד' מוויז'ניץ אין באגלייטונג פון ראשי ועסקני הקהילה

מיטוואך פ' תרומה • ה' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


נאכפאלגענדיג די הכרזת קודש פון מרן האד' מוויז'ניץ שליט''א די וואך אין שטאט אלעד וואו די רבי האט געהייסן כלל חסידיו תושבי העיר צו וועלן פארן מעיאר קאנדידאט פון די ש"ס פארטיי יהודה בוטבול אלס ראש העיר, איז די מעיאר קאנדידאט היינט אריבערגעקומען צום וויזניצער רבי'ן שליט''א אין באגלייטונג פון די עסקני הקהילה אין אלעד אין שפיץ פון דעם רבינס זוהן הגה''צ רבי יעקב מרדכי האגער אב''ד וויז'ניץ אלעד וועלכע איז אויך געוועהן אנוועזנד ביים באזוך.


דערביי האט דער רבי ווידער קלארגעשטעלט זיין שטעלונג אז ער שפירט א שטיקל אחריות אויף כלל ישראל, און וואס ער בעט אצינד מיט די בחירות מיינט ער זייער ערנסט פאר די תכלית, און נישט מיט קיין שום נגיעות. ער האט עס דורכגעטון אלע צדדים בכובד ראש, און פאר די עתיד פון אידישקייט אין שטאט האט ער באשלאסן צו הייסן וועלן פארן קאנדידאט פון די ש''ס פארטיי. צום שלוס האט איהם די רבי שליט''א ווארעם אנגעוואנטשן ברכות לרוב אויף הצלחה מרובה ביי די בחירות די קומענדיגער וואך.

Comments


bottom of page