top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דינער השנתי 'חזק ואמץ' לטובת מוסדות סאטמאר אין קרית יטב לב

מיטוואך פ' פקודי • ג' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שאט די דאט


אינעם סאטמארע יישוב קרית ייטב לב אין בלומינגבורג איז פאריגע וואך אפגעראכוטן געווארן די דינער השנתי ״חזק ואמץ״ לטובת די ארטיגע מוסדות הקדושים, עס איז פארגעקומען אין די עטרת פעסיל לאה זאלן, אין שפיץ פונעם נשיא המוסדות כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


עס האט אויפגעטרעטן די יושב ראש הרה״ח ר׳ מאיר מרדכי בערקאוויטש הי״ו און אויפגעריפן די מנהל המוסדות הרה״ח ר׳ עוזיאל פליישמאן הי״ו וואס האט איבערגעגעבן א באריכט מהנעשה והנשמה בין כותלי המוסדות.


דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש ודברי הדרכה, דער רבי האט ארומגערעדט בשבח הקהילה והמוסדות המתנוססים לשם ולתפארת, דער רבי האט דערמאנט אז דאס איז אלעס בזכותו פון הרה"ק מסאטמאר זי״ע און דאס באגלייט די אלע עוסקים במלאכת הקודש כל זמן מען גייט אין זיינע דרכים, דער רבי האט ארויסגעברענגט די גרויסע זכיה פון שטיצן די הייליגע מוסדות און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר אלע משתתפים. דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די הנהלת המוסדות און פארן גאנצן ציבור.





































Comentários


bottom of page