פרייטאג פ' יתרו • כ"ג שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
אן אייגענטאריגע מעמד 'הכנסת ספר תורה' איז געפלאנט אויף דעם קומענדיגן מוצאי שבת בחצר הקודש נדבורנה, ווען אין א זעלטענע שריט וועט מען משלים זיין צו די ריקודין פון הקפות שניות מוצאי יום טוב שמחת תורה.
די מעמד הכנסת ספר תורה נדבת משפ' וואלעס ווערט אריינגעגעבן צום ביהמ''ד הגדול נדבורנה אין בני ברק, אין צו דעם געלעגנהייט מוצאי שבת קבלת התורה וועט כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א אפרעכטן די דערהויבענע מעמד 'הקפות שניות' פונקט ווי אויף שמחת תורה וואו מען וועט לענגערע שעות טאנצן מיט די תורה בעוז ותעצומות.
דאס קומט נאכדעם, וואס דעם פארלאפענעם שמחת תורה האט כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א אפגערופן דעם מעמד 'הקפות שניות' צוליב די שרעקליכע מלחמה וואס האט אויסגעבראכן אום יו''ט. אצינד, ווען עס וועט געפייערט ווערן א מעמד הכנסת ספר תורה אין הויף, האט דער רבי געהייסן משלים צו זיין די ריקודין וואס מען איז נישט געטאנצן אויף שמחת תורה, און זיך פרייען בשמחת התורה אויף א דערהויבענעם פארנעם.
אין די פארלאפענע טעג האט דער רבי געלאזט הערן רצון קדשו, אז 'איש בל יעדר' און יעדער חסיד זאל זעהן זיך אנצושטרענגען און זיך משתתף צו זיין ביי דעם מעמד לכבודה של תורה. פון אלע שטעט איבער גאנץ ארץ ישראל וועט זיין צוגעשטעלט טראסנפארטאציע דעם מוצ"ש, וועלכע וועלן פירן אלע חסידים זקנים עם נערים קיין בני ברק, מיטצוהאלטן דעם זעלטענעם מעמד אדיר, כהוראת הקודש.
Commenti