top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יִרְאוּ עֵינֵינוּ וְיִשְׂמַח לִבֵּנוּ • געהויבענע שמחת נישואין פון החתן נכד האד' מבאבוב 45

מאנטאג פ' ויקרא • ח' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בלום


פארגאנגענעם דינסטאג נאכט איז פארגעקומען די דערהויבענע שמחה, די גרויסע חתונה בחצר הקודש באבוב 45, החתן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, א זון פון בנו הגדול הרה"צ ר' יוסף אונגער שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' אליעזר שמעי' לעוו שליט"א נשיא תפארת אליעזר, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' צבי נחום אשכנזי אבד"ק זלאטשוב סטאניסלאוו, איידעם ביי הגה"צ גאב"ד מעזבוזש שליט"א, די חתונה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול באבוב 45 אין בארא פארק.


ביום החופה האבן די בחורים אין אלע ישיבות באבוב 45 געלערנט שעות רצופות כנהוג אלס א הכנה דרבה צו די גרויסע שמחה, דערנאך פארנאכטס האבן די בחורים באגלייט די חתן צום מעמד הקבלת פנים מיט קאזאקן כמנהג באבוב.


נאכן קבלת פנים אין ביהמ"ד הגדול איז מען ארויס צום באדעקן אין די רבי שליט"א אנגעטון פאר די חתן א קאפל און א קיטל פון אבותיו הקדושים הרה"ק מצאנז און הרה"ק משינאווא זכותם יגן עלינו.


ביי די געהויבענע מעמד החופה האט די רבי שליט''א מכבד געוועהן מיט סידור קידושין, גיסו הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א. הגה"צ ר’ ברוך אברהם גרינפעלד שליט"א דומ"צ באבוב 45 אין לאנדאן און הרה"ח ר’ חיים איינהארן שליט”א זענען נתכבד געווארן אלס עידי קידושין, די רבי שליט"א האט געזאגט די ערשטע ברכות אונטער די חופה און די זיידע הגה"צ גאב"ד מעזבוזש שליט"א איז נתכבד געווארן מיט ברכה אחריתא, נאכן חופה האט די רבי שליט"א גערעדט אפאר ווערטער און אנגעוואנטשן די חסידים, דערנאך איז די עולם ארויס אין פייערדיגע ריקודין. דורכאויס די חופה האט זיך צווישן די חשובע זיידעס און מחותנים אויך באטייליגט די עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מראחמאסטריווקא שליט"א וואס איז נאך אין יאהר נאך די פטירה פון זיין פאטער הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל.


ארום צענע אויפדערנאכט איז די רבי שליט"א ערשינען צו די סעודת החתונה וואס איז פארגעקומען אין ביהמ”ד הגדול, די רבי שליט"א האט געטאנצן א פייערדיגע ריקוד מיט די חתן און די מחותנים און מיט גיסו אבד"ק באבוב 45 שליט"א, די עולם האט זיך געהויבן אין די לופטן מיט די נייע ניגון וואס די רבי שליט"א האט פארפאסט אויף די ווערטער 'כי המלכות שלך הוא', אנגעפירט דורך מקהלת באבוב 45 אין שפיץ פון ר' שמעון משה פרייער. באזונדער איז די רבי ארויס אין א ריקוד מיט ידיד נפשו כ"ק אדמו"ר מבית חיים יושע שליט"א.


דורכאויס די שמחת החתונה האבן מפאר געוועהן די שמחה, האדמו"רים מקראלי, אלכסנדר, סקאליע, בית שמואל צבי ספינקא, לינסק, דאמבראווא, אסטראוו קאלאשין, דעעש מיאמי, גאב''ד טענקא, הגה"צ אב''ד טארטיקוב, אב''ד זרע קודש וראש ישיבת בית מאיר, אב''ד פריימאן, אב''ד פריימאן, אב''ד דושינסקיא בארא פארק, אב''ד יארטשוב, אב''ד מחזה אברהם, אב''ד סאטמאר לעיקוואד, אב''ד סאקאלאב אין נאך פילע רבנים ואנשי שם.


ביי די ריקודין האט די מחותן הרה"צ ר' יוסף אונגאר שליט"א ראש ישיבה קטנה באבוב 45 געטאנצן מיט די הנהלת הישיבה, די צוות און די מגידי השיעור אזוי אויך מיט די בחורי הישיבות, דערנאך איז פארגעקומען די מארש כנהוג אין באבוב, בעפאר די מצוה טאנץ האט די רבי שליט"א מכבד געווען די זיידע הגה"צ גאב"ד מעזבוזש שליט''א צו טאנצן די ערשטע מצוה טאנץ.


בעפאר די מצוה טאנץ פון רבי'ן שליט"א האט די רבי מכבד געווען הרה"ח ר' צבי אריה ריינהאלד צו פארזינגען די ניגון פון די הייליגע ר' מיכלע מזלאטשוב זי"ע וואס מען האט געזינגען מיט גרויס התעוררות, דערנאך האט די רבי שליט"א געטרונקן לחיים און משמיע געוועהן קורצע דברות קודש זייענדיג מעורר זכות אבותיו הקדושים די אלע פריערדיגע רביס אין אזא הויכע זמן, און דערנאך ארויס אין א דערהויבענע ריקוד לפני הכלה באש קודש פאר א לענגערע זמן.


דערנאך האט די רבי געטאנצן מיט די חתן און די מחותנים, דערנאך מיט האחים האדמור"ים והרבנים לבית דאמבראווא, נאכדעם האט די רבי געטאנצן א פייערדיגע ריקוד מיט די גאנצע משפחת המלוכה, קינדער אין אייניקלעך, אין די רבי האט ווידעראמאל געטאנצן אויף די נייע ניגון כי המלכות שלך הוא מיט א גרויסע התעוררות.


נאך די דערהויבענע מצוה טאנץ פון רבי'ן שליט"א האט די שמחה ווייטער ממשיך געווען אין די זאל פון די נייע פראכטפולע בנין התלמוד תורה דחסידי באבוב 45, דארט האבן די זיידעס און מחותנים ממשיך געווען מיט די מצוה טענץ. סוף פון די חתונה האט מען געזינגען די באקאנטע אין כאלוקינו כמנהג באבוב, די גרויסע שמחה איז געקומען צו א שלוס ארום דריי אזייגער פארטאגס.













































Comments


bottom of page