top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ספעציעלער מושב בי"ד פארגעקומען אין לשכת בד"ץ העדה החרדית פאררופן דורכן וועד הכשרות שע"י העדה החרדית

דינסטאג פ' ויקרא • ט' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


היינט נאכמיטאג איז אפגעהאלטן געווארן א וויכטיגע זיצונג אינעם לשכת הביד"צ פון די "העדה החרדית" אין ירושלים, וואס איז פאררופן געווארן דורכ'ן "ועד הכשרות שע"י העדה החרדית" אין ליכט פון די ימי הפסח הממשמשים ובאים, אין שפיץ פון די שרי התורה חברי הבית דין צדק ובראשם דער פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל 'תשובות והנהגות' נאך כמעט א גאנצער יאר וואס דער גאון שליט"א איז נישט ערשינען אינעם לשכת הבד"צ, מחמת חולשת גופו הטהור.


דער פוסק הדור האט זיך באלד געזעצט בראש ההרכב, ווען די רבני ועד הכשרות שליט"א האבן צום ערשט פארגעלייגט עטליכע שווערע שאלות אין "בישול עכו"ם", אין בנוגע די שאלה וואס איז נוגע די משגיחי כשרות איבער נייע מעגליכקייט צו אנצינדן א אויוון פון דערווייטנס, שפעטער האבן די רבני ועד הכשרות אנגעפרעגט צי מ'זאל אננעמען די בקשות נאך עטליכע האטעלן אין אייראפע וועלכע בעטן אן הכשר אויף די ימי הפסח.


דאס און נאך פילע שאלות זענען ארויפגעקומען על שולחן מלכים, מאן מלכי רבנן, אזוי אויך איז ארויפגעקומען פארשידענארטיגע באהאנדלונגען אין פילע נושאים וואס זענען איצט על הפרק ביים יהדות החרדית.


מה נאה ומה נהדר היה המראה, ווען די שרי התורה די רבנים הגאוה"צ שליט"א זענען געזעצן ארום דעם טיש, און האבן באהאנדלט אלע ענינים העומדים על הפרק און פארשידענע הלכה'דיגע שאלות, וואס איז ארויפגעקומען אויפן טיש אין לויף פונעם זיצונג.


ביים ענדע פונעם מושב בית דין האבן די שרי התורה חברי הבד"צ שליט"א געהערט א באריכט איבער די פעולות פון די חברי "ועד הפעולה - העדה החרדית", און אזוי אויך איבער די אסיפה וואס וועט פארקומען אין די נאנטע טעג אין ניו יארק לטובת "קרן תמכין דאורייתא" צו קענען מחזק זיין די רבני ודייני העדה החרדית מיט א תמיכה מיוחדת בפרט בעפאר די ימים טובים.


די חברי הבד"צ שליט"א האבן יעדער באזונדער אנגעוואונטשן און די נדיבי עם וואס זענען מוזיל זהב מכיסם לכבוד התורה, און פאר אלע עוסקים במלאכת הקודש צו מחזק זיין און אוועקשטעלן א בסיס פאר די מבצרי העדה החרדית.


כינוס לצדיקים נאה להם ולעולם.












Comments


bottom of page