top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בליץ באזוך פון האד' מבאבוב 45 אין ארץ ישראל | ברייטע דעקונג‎

דאנערשטאג פ' תרומה • ו' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


דעם אנהייב וואך איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א ארויסגעפארן אויף א בליץ באזוך קיין ארץ ישראל, צו מנחם אבל זיין ביי מקורבו הרב חנוך סגל הי"ו, לאנגיעריגער בעל אכסניא פון רבי'ן און ראש הקהל באבוב 45 בארץ הקודש, וועלכער זיצט שבעה נאך די פלוצלינגדיגע פטירה פון זיין רעבעצין ע"ה.


דעם רבי'נס פליגער האט געלאנדעט אין א גוטע שעה מאנטאג פארטאגס אין די לוד לופטפעלד וואו עס האבן אפגעווארט חסידים ואנשי מעשה, און מקבל  פנים געווען דעם רבי'ן בשירה ובזמרה. דער רבי שליט"א איז תיכף צוגעפארן קיין בני ברק אין שטוב פון בעל אכסני' הר"ר אייזיק שענהבאך. נאך א קורצע אפרוה איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית בבית מדרשו אין בני ברק, דער רבי שליט"א האט תפילין געלייגט פאר א בר מצוה בחור אין ביים ליינען האט דער רבי שליט"א עולה געווען לתורה און געבענטשט ברכת הגומל. נאכן דאווענען איז א גרויסער ציבור אריבער שלום נעמען וגם הוא ענה כנגד המברכים במאור פניו. 


נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויף ניחום אבלים אין שטוב פון הרב החסיד מוה"ר חנוך סג"ל הי"ו. דער רבי שליט"א האט פאר א לענגערע צייט ארומגערעט לשבח פון די מעשי צדקה וחסד פון די חשובע נפטרת ע"ה בעיקר אז זיי האבן זוכה געווען צו זיין די אכסני' של תורה פונעם שווער די באבובער רב זצ"ל ביי זיינע באזוכן אין ארץ ישראל. דער רבי שליט"א האט געדאווענט מנחה בבית האבלים אין דערנאך צוריק צום אכסני'. נאך מעריב איז דער רבי שליט"א אריבער צום ביהמ"ד דחסידי באבוב 45 אין בני ברק וואו די רבי האט מיטגעהאלטן פון דער נאנט ווי די אינגעלייט אינעם כולל ערב זיצן אין לערנען מיט גרויס התמדה.


פון דארט איז דער רבי שליט"א געפארן קיין ירושלים עיה"ק, ווי דער רבי שליט"א איז אנגעקומען אויף א באזוך אינעם כולל ערב בבית מדרשו ווי עס זענען געזעצן פילע אינגעלייט אין בעלי בתים און הוגה געווען על התורה, די רבי האט ארומגעשמועסט מיטן ראש הכולל הרה"ג רבי פישל וויינבערגער שליט"א אבד"ק טורקא אין איבערגעלאזט ברכת קדשו פאר אלע לומדי הכולל.


דינסטאג צופרי איז די רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית בבית מדרשו אויף רח' פנינה אין עיה"ק ירושלים, נאכן דאווענען איז געווען צוגעשטעלט פת שחרית ביד רחבה פאר די חסידים, און די רבי שליט"א איז אהיימגעגאנגען צום אכסניא בבית הנגיד הרב יעקב יוסף שלאף, אין די פארמיטאג שעהן איז די רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי הגה"צ רבי יחזקאל שלאף אב"ד בילאווא לאנדאן אין זיין דירה אין ירושלים.


שפעטער אין טאג איז די רבי שליט"א אנגעקומען אויף א מעמד תפילת רבים ביים רחבת הכותל המערבי אין שפיץ פון הונדערטער חסידים, אנקומענדיג צום כותל האט די רבי געריסן קריעה כדין, מען האט געדאווענט תפילת מנחה בהתעוררות רב, און דערנאך האט מען געזאגט ספר רביעי שבתהילים לשפוך שיח בעד הכלל והפרט, די רב שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה און אויסגעפירט די מזמורים מיט גרויס התעוררות, נאך אמירת תהילים האט די רבי משמיע געווען ווארימהארציגע דברות קודש דערמאנענדיג צרכי עמך בית ישראל המרובים, און די צער השכינה פון די צרות פון ישראל בצרתם לו צר, און מעורר געווען די חיוב מתפלל צו זיין אויף די גלות השכינה און דערמאנט די שווערע עת מלחמה ווען עס גיסט זיך ליידער אידיש בליט און יודן זענען אנגעוואנדן אויף א שמירה יתירה. דאן האט די רבי פארגעזאגט פרק ק"ז שבתהילים פסוק בפסוק בקול רם נאכגעפאלגט מיט די יהי רצון.


מען האט געזינגען ווארימע ניגוני גלות וגאולה מיט גרויס דביקות, ווען די רבי שליט"א איז מעודד די ניגונים ארומגענימען מיט הונדערטער חסידים ואנשי מעשה, דאן איז געווען די געלעגנהייט פאר די חסידים און די פילע אנוועזנדע אידן דורכצוגיין שלום נעמען, אין דערנאך האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן פונעם רחבת הכותל בשירה וזמרה מיטן רבינס נייעם ניגון 'כי המלכות שלך הוא' אין כי בשמחה תצאו.


די מעמד התפילה ביים כותל איז געווארן אריבערגעפירט לעבעדיג דורך א לייוו הוקאפ וואו עס האבן מיטגעהאלטן הונדערטער חסידים מעבר לים אין אמעריקא אין די תלמידי הישיבות הקדושות.


שפעטער אויפדערנאכט איז די רבי שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וועלכע האט אויפגענימען דעם חשובן גאסט מיט א קענטיגע הערצה אין מכבד געוועהן מיט פירות אין וויין, די רבי'ס האבן ארומגעשמועסט מעניני חודש אדר. ביים באזוך איז אויך געוועהן אנוועזנד הרב אהרן עסטרייכער מחשובי חסידי בעלזא אין די בוי מייסטער פונעם נייעם ביהמ''ד הגדול דחסידי באבוב 45 וועלכע האט דערציילט פארן רב שליט"א איבער די ביהמ''ד וואס איז הולך ונבנה לשם ולתפארת. נאכן באזוך האט די בעלזער רב ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א ביותרת הכבוד. פון דארט איז די רבי אנגעקומען צו די הר נוף געגענט אויף א באזוך ביים פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל 'תשובות והנהגות' וואו עס איז ארומגעשמועסט געווארן שיינע ענינים אין סיפורי צדיקים אין בסוגיית הגמרא אין מס' בבא בתרא וואס מען לערנט דעם זמן סיי אינעם ישיבה פונעם גאון אין אזוי אויך אין די מתיבתא באבוב 45.


נאכן באזוך איז די רבי ארויסגעפארן קיין בני ברק לבית האבלים ביי הרב חנוך סגל, ביים אנקומען האט אפגעווארט די מעיאר קאנדידאט פון שטאט בני ברק העסקן ר' חנוך זייברט אין מקבל געוועהן ברכת קדשו פון רבי'ן שליט''א צו די בחירות, די רבי האט זיך דארט אויפגעהאלטן בבית האבלים א משך זמן אין דארט געדאווענט מעריב. פון דארט איז די רבי ארויסגעפארן צום לוד לופטפעלד אויפן וועג צוריק אהיים קיין ניו יארק.













































Comments


bottom of page