top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ניי ערוויילטער בית שמש מעיאר ר' שמואל גרינבערג ערהאלט ברכת קדשו פון האד' מבעלזא

דיסטאג פ' פקודי • ב' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א.מ.ש.


נעכטן מאנטאג אויפדערנאכט בעת די זמני כניסה ביי כ"ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א איז אריין אל הקודש פנימה דער פריש ערוועלטע מעיאר פון שטאט בית שמש הרב שמואל גרינבערג מקבל צו זיין ברכת קדשו פון רבי'ן שליט"א נאך די געווינס ביי די וואלן די וואך מיט די הילף פון טויזענטער שטימען פון חסידי בעלזא תושבי בית שמש. די מעיאר איז אריין אינאיינעם מיט די עסקנים הרב ישראל אייכלער אין הרב מאיר פרוש אין די היימישע לאקאלע נציגים פון קהל מחזיקי הדת אין בית שמש.


די מעיאר האט זיך באדאנקט פארן אינדארסירונג פון די בעלזער קהילה באלד ביים ערשטן טאג פון זיין קאמפיין, אין פארשפראכן צו שטיין צו די האנט מיט וואס עס פעלט אויס, די רב שליט''א האט זיך אינטערסירט אין די ווייטערדיגע פלענער מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה אין דעם עיר גדולה לאלוקים אין אנגעוואונטשן דעם מעיאר מיט הצלחה אין סייעתא דשמיא בכל אשר יפנה.







Comments


bottom of page