דאנערשטאג פ' נצבים - וילך • כ"ג אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
פון די קליוולאנד הערט מען ליידער אז דער מצב הבריאות ביי חסידא ופרישא הגה"צ רבי מרדכי שטיינער שליט"א אבד"ק בית מרדכי האט זיך ליידער פארערגערט די לעצטע מעת לעת און דער רב שליט"א איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים.
דער רב שליט"א געפונט זיך שוין באלד זעקס וואכן אין די איי. סי. יו. אפטיילונג אין שפיטאל, צוערשט אין די מאונט סיני שפיטאל אין מאנהעטן, און שפעטער איז דער רב אריבערגעפירט געווארן קיין קליוולאנד, וואו ער איז אריבער א קאמפליצירטע אפעראציע אויפן הארץ. אין די נאכפאלדנדע וואכן נאכן אפעראציע האבן זיך געמאכט פארשידענע קאמפליקאציעס אריינגערעכנט אן אינטערנעל בלידינג, און דעם שבת זענען די דאקטוירים געוועהן געצווינגען צו פארשלאפן דעם רב אויף א רעספערעיטאר נאך א דראסטישע פארערגערונג אין די מצב הבריאות, ווי זיי געבן איבער דארף מען אסאך תפילות צו קענען אראפנעמען דעם רעספערעיטאר אין די נאנטע טעג. כלל ישראל בכל מקומות שהם איז ווייטער מתפלל און מרבה בתפילה לרפואתו השלימה פון מרן מרדכי צבי בן מינדל אסתר לאה לרפואה שלימה, לאורך ימים ושנים טובים.
Komentar