top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

למען תורה לא נחשה: עצרת "זעקת הגולה" באשטימט פאר עולם התורה אין אמעריקע; אין עיר התורה לעיקוואד א' סליחות

מיטוואך פ' נצבים - וילך • כ"ב אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

מיט א פלאם פייער פון למען תורתינו הקדושה לא נחשה טוען זיך רבבות בני תורה פונעם יהדות הגולה מאביליזירן ארויסצוקומען דעם קומענדיגן זונטאג האזינו, א' סליחות, לרחובה של עיר התורה לעיקוואד, און אויסשרייען דעם "זעקת הגולה" קעגן די ביטערע גזירת הגיוס וואס שוועבט אויפ'ן עולם התורה אין ארץ ישראל.


צוריק מיט א וואך איז דאס גאנצע יהדות החרדית אין אמעריקע געווען אנגעגליעט מיט א הכנה דרבה ארויסצוקומען צו אן ערשטמאליגע פאראייניגטע כינוס אדיר "זעקת הגולה" וואס האט היסטאריש געזאלט מאחד זיין אלע שיכטן פון די חסיד'ישע און ליטווישע קרייזן אויף א כינוס זעקה און עצרת תפלה קעגן גזירת הגיוס, געווען אריגינעל פאררופן אויף זונטאג נצבים וילך. אבער ווי שוין ברייט באקאנט זענען די פלענער צעפאלן, ווען טראץ די העפטיגע שתדלנות און שוין פארשפראכענע צוזאגן פון די אינסטאנצן ארויסצוגעבן די פערמיטן פאר'ן ריזן בראוד-סקווער שטח אין נוארק ניו דזשורזי, איז עס די לעצטע מינוט נישט באשטעטיגט געווארן, צוליב די געשאפענע מלחמה אנגעצויגענקייט אין ארץ ישראל, נישט האבנדיג די מעגליכקייט צו אראנדזשירן די נויטיגע זיכערהייט קרעפטן פאר אזויפיל צענדליגער טויזנטער אידן.


אין די נאכפאלגנדע טעג איז אפגעהאלטן געווארן מערערע אסיפות צווישן די עיני העדה און ראשי העסקנים, סיי פון די חסיד'ישע קרייזן און סיי פון די ליטווישע קרייזן, אריינקוקנדיג אין אנדערע אפציעס וואס איז דא צו יא קענען מסדר זיין א פאראייניגטע עצרת, טראץ די שווערע סיטואציע, אבער נאכ'ן קומען צו אנערקענונג אז דאס קען לעת כזאת בשום אופן נישט צושטאנד קומען, איז ענדגילטיג געבליבן די החלטה צו ארגאניזירן אן עצרת בלויז פאר די ליטווישע קרייזן, וואס וועט אפגעראכטן ווערן אין לעיקוואד.


אין צוזאמענהאנג מיט'ן פריש-באשטימטן דאטום פאר'ן עצרת, פאר די ליטווישע קרייזן, איז ערשינען דער היסטארישער קול קורא דורך די גדולי האדמורי"ם רועי עדת ישורון אין ארץ ישראל, וואס האבן זיך מצטרף געווען צום רוף פון די גדולי הראשי הישיבות, אפצורעכטן אן עצרת תפלה וזעקה אויסצושרייען "מסוף העולם ועד סופו" א קול זעקה ומרה קעגן די רשעי הציונים וואס זוכן רח"ל עוקר צו זיין די תורה הקדושה מיט'ן שענדליכן גזירת הגיוס היל"ת. עס ערשיינען די חתימות פון האדמורי"ם מוויזניץ, צאנז, סלאנים, ראחמיסטריווקא, און נאך.


דער עצרת רבתי דעם קומענדיגן זונטאג האזינו וועט פארקומען ברחובה של עיר לעיקוואד, אויף א מקום כביר וענק, וואו עס וועלן זיך צאמקומען די שווערע טויזנטער בני תורה, און פון דארט וועט עס מיטגעהאלטן ווערן לעבעדיג פאר גרעסערע פארזאמלונגען פון בני תורה אין אנדערע שטעט אין אמעריקע.


לויט די הוראה פון די גדולי ישראל וועט אויך זיין דעזיגנירט א שטח גדול פאר די נשים צדקניות, און די תלמידות פון די סעמינארן. דער מעמד וועט זיך אנהייבן אין די נאכמיטאג שעה'ן מיט א תפלת מנחה ברוב עם הרבבות הדרת מלך, און דערנאך וועט מען ממשיך זיין מיט אמירת סליחות, קבלת עול מלכות שמים און דברי חיזוק ומחאה דורך די גדולי הרבנים ודרשנים.



Comments


bottom of page