top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יום חיזוק והתעלות אין מעמד התייסדות מפעל 'הקבצו' פאר אברכי ק"ק באבוב 45‎

מאנטאג פ' פקודי • א' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: הילל ל"ש


הונדערטער אברכי ק"ק באבוב-45 האבן פאריגע וואך זונטאג מיטגעלעבט א געהויבענע טאג מלא 'חיזוק והתעלות', ביי א רייכע אווענט וואס איז פארגעקומען אין די 'מעלאן ריזארט' אין ניו דזשערסי. תחת קורת גג אחד האבן זיך צונויפגעזאמעלט די יונגע יונגעלייט פון די קהלה, צו הערן און מקבל זיין וויכטיגע יסודות אין עניני חינוך, הנהגת הבית און נאך עפ"י דרך הסלולה פון די פריערדיגע רבי'ס זי"ע. גלייכצייטיג איז באותו מעמד געגרינגעט געווארן די מרכז מפעלים 'הקבצו' דקהל באבוב-45 וועלכע וועט פארפיגן אויף די אברכי הקהילה.


די מעמד האט זיך אנגעהויבן 12:30 פארמיטאג ווען עס איז צוגעשטעלט געווארן א נאהאפטיגע מיטאג כיד המלך אין א ספעציעלע דעזעגנירטע ארט אינעם זאל. אנגעהויבן פון בערך איינס אזייגער איז דער ציבור געזעצט צוגענאגעלט צו די ערטער און אויסגעהערט די באגאבטע אינהאלטסרייכע דרשות אין אלע תחומי החיים לדעת את המעשה אשר יעשון און זיך מחזק זיין אין די וויכטיגסטע יסודות החיים וואס זענען נוגע פארן טאג טעגליכן לעבן, מיטן ציהל צו הייבן די יונגעלייט מיט פארשידענע ידיעות און הבנות אין די ברענענדיגע נושאים פון חינוך, שלום בית און קביעת עתים לתורה וואס זענען די שטארקסטע יסודות פאר א חסידישע שטוב.


צום ערשט האט אויפגעטראטן מיט א דרשה הרה"ג ר' חיים אהרן אונגער שליט"א דומ"ץ סאטמאר סאוט-8 אין וויליאמסבורג. דאן איז אפגעהאלטן געווארן אן ערשטמאליגע פאנעל מיט די חשובע משפיעים פון די קהלה, הלא המה: הגה"צ ר' בנציון דוב האלבערשטאם שליט"א ר"מ בישיבה קטנה רבות בשנים, דעם רבינ'ס זון הרה"צ ר' שלום שליט"א, און הרה"ג ר' ברוך גוטטער שליט"א ר"מ במתיתבא, ווי עס איז אויסגעשמועסט געווארן די השקפת החיים והנהגת הבית במשנתם הטהורה פון די באבובער רבי'ס לדורותיהם.


דערנאך האט מען געהערט א העכסט אינטערסאטענטע דרשה בעניני חינוך הבנים והבנות אין ענינים העומדים על הפרק דורכן פה מפיק מרגליות הרה"ג ר' בערל טויבער שליט"א. נאך מנחה האט מען געהערט א דרשה פונעם רבינס זוהן הרה"צ ר' יוסף שליט"א ראש ישיבה קטנה באבוב 45. באזונדער האט מען געהערט א דרשה מלא תוכן פון הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א איבער וויכטיגע פונקטן אין יסודות וואס איז נוגע יעדן חסידישן יונגערמאן.


צום קלימאקס האט מען געהאט די זכיה, צו הערן די דבקות קודש פונעם מנהיג העדה כ"ק האדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א וועלכע איז ספעציעל ארויסגעקומען קיין ניו דזשערסי, די רבי האט געדאווענט מעריב מיטן ציבור און דערנאך משמיע געוועהן דברות קודש מיט גאר וויכטיגע יסודות והדרכות פאר די חשובע יונגעלייט.


צום שלוס איז אפגעהאלטן געווארן א פאנעל מיט די בארימטע מומחים בתורת הנפש הרב אלכסנדר ארנשטיין און הרב מנחם ישעי' לעווי איבער ווי אזוי צו ערציען א שטוב מיט נפשיות'דיגע געזונטע קינדער.


דער ציבור איז זיך צוגעאנגען פון דעם גהויבענעם טאג מלא חיזוק והתעלות און מיט די ריכטיגע שאיפות און השקפות, צו פירן די שטובער לויט די אויסגעטראטענעם מהלך וואס מ'האט מקבל געווען פון די פריעדיגע דורות בלי שום שינוי כל שהוא און מיט די ריכטיגע עצות און הדרכות וואס זענען נוגע די היינטיגע שווערע וועלט מיט אירע נסיונות.















Comentarios


bottom of page