מאנטאג פ' צו • י"ז אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט פארווייטאגטע געפילן האבן פילע גוטע פריינט, חסידי וויזניץ, באקאנטע און בני משפחה, באגלייט למנוחת עולמים הרב החסיד המפואר, אדם היקר באנשים, רבי יחיאל האס ע"ה משמש בקודש ונאמן ביתו פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א וועלכער האט דעם דאנערשטאג צום תענית אסתר פלומצלינג אויסגעהאכט זיין נשמה אין עלטער פון 71 יאר, לדאבון לב כל יודעיו ומכיריו.
די לוי' איז ארויס דאנערשטאג נאכמיטאג פון ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין בית שמש, און דערנאך אין ירושלים פון בית הלויות שמגר צום הר המנוחות, ווי חסידי וויזניץ בית שמש אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ בית שמש שליט"א בראש המלווים האבן מלווה געווען דעם חשובן נפטר ביז נאך די קבורה און זיך שווער געזעגנט פונעם אומפארגעסליכן משמש בקודש.
ר' יחיאל'ס פטירה האט געטראפן זיינע אלע נאָענטע פריינט און בני משפחה בפרט, ווי א דונער אינמיטן העלן טאג, ביי חסידי וויזניץ בכלל איז עס א שבר על שבר, שטייענדיג נאך בשנת האבל נאך די פטירה פון די משמש בקודש און קוויטל שרייבער ביי יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א הרה"ח ר' שלמה אהרן סימקאוויטש ז"ל וואס איז פלומצלינג נפטר געווארן ערב שבת פארלאפענעם חודש אב.
ר' יחיאל ז"ל איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער הרה"ח המפואר ר' משה יוסף האס ז"ל מזקני חסידי וויזניץ וואס איז געווען פון די ערשטע מלמדים אינעם תלמוד תורה אין שיכון וויזניץ.
אין זיינע בחורישע יאהרן האט ער געלערנט אין די וויזניצע ישיבה אין בני ברק און זיך מסתופף געווען בצלו הטהור פון רבו מובהק די הייליגע אמרי חיים מוויז'ניץ זי"ע. בהגיעו לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט זיין רעבעצין א טאכטער פון הרה"ח ר' אברהם העכט ז"ל, א פארצאטישע איד א ירא שמים וועלכער האט אויסגעקליבן פאר זיינע טעכטער, אויסגערופענער יראי שמים ועובדי ה' וואס פארשיינען די אויבן אן פון בית וויזניץ.
נאך זיין חתונה האט ער געדינט אלס מלמד תינוקות של בית רבן, וואו ער האט זיך איבערגעגעבן פאר די ילדי החמד זיי מחנך צו זיין לתורה ויראת שמים בדרך המסורה, אויך האט ער משמש געווען להבדיל בין חיים לחיים מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א דינענדיג נאך אלס אב"ד קרית וויז'ניץ.
במשך די יאהרן איז ער נתקשר געווארן בקשר אמיץ צו מורו ורבו הרה"ק בעל 'תורת מרדכי' מוויזניץ זי"ע ביי וועם ער האט זיך מסתופף געווען בכל עת בואו אל הקודש, וואוינענדיג אין ארץ ישראל איז ער געשטאנען צו די רעכטע האנט פון בן זקוניו כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ בית שמש פונעם ערשטן טאג ווען ער איז געקומען וואוינען קיין ארץ ישראל, און איז געווען כל ימיו אקטיוו מיט'ן ארויסהעלפן אין אלע צרכים פונעם רבי'ן שליט"א.
ר' יחיאל ז"ל איז געווען א געהויבענער דמות, מסלתה ושמנה אין די וויזניצער קהילה אין ארץ ישראל א מוסטער פון א חסידי'שן איד, א ירא שמים, און אין די זעלבער צייט אן ענוותן ושפל ברך, מיט א צהלת פנים שטענדיג מתוך נועם וחן און זיין ערליכקייט און חסידי'שקייט האט אראפגעשיינט פון זיין איידעלן געזיכט, און האט געצויגן רעספעקט ביי יעדן.
נאך די הסתלקות פון רבו הרה"ק בעל 'תורת מרדכי' מוויזניץ זצ"ל איז ער אויפגענימען געווארן אלס משמש בקודש לפני ולפנים ביי כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ בית שמש שליט"א ווי ער האט מיט נאמנות באדינט דעם רבי'ן שליט"א ביי די טישן, ביי די שמחות, ביי מאורעות, און ביים שרייבן קוויטלעך אין וואס ער האט געהאט א ספעציעלע עבודה.
ר' יחיאל איז געוועהן פון די אויסגערופענע געשטאַלטן וואָס מ'האט שטענדיג געזען ביי די שלחנות הטהורות ביי זיין מקום קבוע עומד ומשמש זיין מיט א זעלטענע ערנסטקייט בכובד ראש און ווארעם האַרץ, שפירנדיג דאס פאר אַ זכי' יעדעס מאל באַזונדער, עס איז איהם קיינמאל נישט איינגעפאלן זיך אראפצוזעצן בפניו פונעם רבי'ן כאטש וואס ער איז געוועהן עלטער פונעם רבי'ן שליט''א מיט היבש אפאר יאהר.
הגדיל לעשות ווען מיט צוויי יאהר צוריק האט ער פארקויפט זיין דירה אין בני ברק ווי ער האט געוואוינט פאר צענדליגע יאהרן, און זיך אריבערגעצויגן קיין בית שמש, זיך צו געפינען סמוך ונראה צו רבו כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ בית שמש שליט"א און שטיין גרייט איהם צו באדינען בכל עת וזמן.
דאנערשטאג אין די נאכמיטאג שעות איז ער פלומצלינג צוזאמגעפאלן אין שטוב נאכן ליידן פון א הארץ אטאקע, און צוריק געגעבן זיין נשמה ליוצרה, ואיננו כי לקח אותו אלקים. הערנדיג פון די שווערע בשורה האט די רבי שליט"א אפגערופן זיין באזוך יענעם טאג אין בני ברק וואו די רבי האט געזלאט אויפנעמען די חסידים לקראת יו"ט פורים.
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים
Comments