top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינעם באזוך פון האד' ממאשלוי בארצינו הקדושה

דאנערשטאג פ' ויקרא • י"א אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


פארגאנגענעם שב"ק – שבת שקלים – האבן חסידי ומעריצי מאשלוי מיטגעהאלטן א געהויבענעם שבת קודש במחיצות הקודש פון כ"ק אדמו"ר ממאשלוי שליט"א וועלכער איז געקומען צופארן לרגל די הילולא רבה פונעם גרויסן פאטער הרה"ק בעל מאור החיים ממאשלוי זצוק"ל וועלכע איז אויסגעפאלן דעם פארגאנגענעם ערב שב"ק כ"ח לחודש אדר העעל"ט, ומנוחתו כבוד על מרומי הר הזיתים בחלקת אדמור"י בית נאדבורנא.


דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט פון ניו יארק דעם פארגאנגענעם מיטוואך מיטאג פרשת ויקהל, דער רבי שליט"א מיט די פמליא האבן געלאנדעט אין לוד לופטפעלד דאנערשטאג פארטאגס וואו דער רבי שליט"א איז תיכף צוגעפארן קיין רעננה צום ביהמ"ד פונעם פעטער כ"ק אדמו"ר מקליוולאנד זצ"ל און געדאווענט שחרית. דער רבי שליט"א האט 'גומל' געבענטשט. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים און א 'קבלת פנים' פארן געהויבענעם גאסט. דער ציבור איז אדורך שלום נעמען. דער רבי שליט"א האט משמיע געווען קורצע דברי תורה לכבוד המאורע. דערנאך איז געווען א געלעגנהייט פאר די תושבי העיר אריינצוגיין אל הקודש פנימה לעצה ולברכה.


אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אין ירושלים עיה"ק וואו מען האט געדאווענט מנחה און די חסידים האבן געהאט א געלעגענהייט אריינצוגיין אל הקודש פנימה בערב יומא דהילולא רבה. אויפדערנאכט איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד 'מתיבתא דמערבא' וואו דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה בליל ההילולא רבה.


נאכן דאווענען האט דער רבי שליט"א מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד ההילולא קדישא. עס האבן זיך באטייליגט פילע חסידים ותושבי קרתא דשפריא. אין שפיץ פון די חשובע אדמורי"ם קרובי המשפחה. מען האט געזינגען ווארעמע ניגונים לבית נאדבורנא. דער רבי שליט"א האט מאריך געווען בדברי תורה במשנתו פונעם בעל הילולא א לענגערע צייט. 


כחצות הלילה איז דער רבי שליט"א אנגעקומען על מרומי הר הזתים בראש קהל חסידיו זיך משתטח זיין אויפן ציון הק' ביומא דהילולא. דער רבי שליט"א האט געזאגט דעם ספר רביעי שבתהילים מיט גרויס התעוררות און השתפכות הנפש, דערנאך האט מען פארגעליינט די קוויטלעך פון די חסידים, און דערנאך מתפלל געווען א תפילה חרישית להוושע בכל מילי דמיטיב, וואס האט גענומען קרוב צו צוויי שעה.


דערנאך איז דער רבי שליט"א צוגעגאנגען צו די ציונים פון די הייליגע זיידעס האדמו"ר מסטראזניץ זצ"ל און זיין טאטע הגה"ק רבי איתמר'ל זצוק"ל האדמו"ר הזקן מנאדבורנא זצ"ל און נאך. עס איז שוין געווען אין די פריע פארטאגס שעה'ן ווען דער רבי שליט"א האט זיך צוריקגעקערט צו די אכסני' האבנדיג גע'פועלט אלעס גוט'ס. ערב ש"ק איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו שחרית אין געדאווענט תפילת פארן עמוד, נאכן דאווענען האט די רבי אפגעראכטן א מסיבת לחיים לכבוד די הילולא, אין דער גאנצער עולם איז אריבער וואונטשן לחיים פארן רבין שליט"א.


דער קלימאקס פונעם באזוך איז געוויס געווען דער געהויבענער שבת קודש, ווי באזונדער באריכטעט. אין לויף פון די וואך האט די רבי שליט''א מתפלל געוועהן ביי די מקומות הקדושים אין צפון אין אויך באזוכט בבתי אדמור"ים ורבנים. מאנטאג איז דער רבי שליט"א אנגעקומען קיין ביתר וואו ער האט זיך באטייליגט ביי די חתונה פון בן גיסו הרה"צ אבד"ק קאלוב ביתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש, וחתן כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וואו דער רבי שליט"א איז געוווארן אויפגענומען ביותרת הכבוד. דער רבי שליט"א האט געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה מיט גרויס געהויבנקייט און דערנאך מיטן חתן. אן עקסטער ריקוד מיט גיסו הרה"צ אבד"ק קאלוב ביתר שליט"א.
















Comments


bottom of page