מיטוואך פ' שמיני • כ"ד אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
נעכטן דינסטאג אווענט איז כבוד הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ארויסגעפארן צום מושב בית מאיר נעבן ירושלים, אויף ביקור חולים ביי ידידו ורעו כ"ק האדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א וועלכע איז די לעצטע תקופה גאר שוואך אין בריאות אין געפינט זיך די טעג אויסער די שטאט אויף מנוחת הנפש צוריקצוקומען צו די כוחות.
הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א מיטן רבי'ן שליט"א האבן ממשיך געוועהן די קביעותדיגע חברותא'שאפט בתורת הקבלה, א לענגערע צייט זענען זיי געזעסן און געלערנט אויפן טעראסע, נאכן שיעור האט זיך די רבי שליט"א מזכיר געוועהן לרפואה שלימה און הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א האט ווארעם אנגעוואונטשן מברכת קדשו.
Comments