top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האיר פני הדרום: יהדות ארגענטינע אין יו"ט'דיגע שטימונג ביי היסטארישע ביקור דורך האד' מסאטמאר

מוצאי שבת וירא • ט"ו חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

דער חרד'ישער ארגענטינע האט דעם דינסטאג מיטגעלעבט היסטאריע מיט'ן ביאת צדיק אל המקום, ווען זיי האבן זוכה געווען לראות את פני המלך, מאן מלכי רבנן, כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט אפגעראכטן א היסטארישע בליץ-באזוך ביי די קהילות החרדים אין ארגענטינא, פאר אן אפשטעל על אם הדרך צום בית השחיטה אין אוריגוואי.


די אומבאשרייבליכע שמחה וואס האט אראפגעשריגן פון אלעמענ'ס געזיכטער קען נישט איבערגעגעבן מיט ווערטער, ומי שלא ראה שמחה זו, די איבערגיסנדע רגשי הלבבות וואס האט איינגעהילט די גאנצע עדה הקדושה, זקני וראשי העם, בעלי בתים ואברכים, און די בחורים און תשב"ר, וכל עצי ארגענטינא ימחאו כף, די גאסן האבן מיטגעטאנצט און זיך מיטגעפריידט בשעת'ן מקבל זיין את פני הודו פונעם סאטמארער רבי'ן שליט"א, וועלכער האט אריינגעבלאזט עמערס חיזוק און א קוואל פון התרוממות עילאה וואס וועט אויף לאנג געדענקט ווערן און בלייבן איינגעקריצט אין יעדענ'ס הארץ.


בשעה 10:00 פארמיטאג האט דער רבי שליט"א געלאנדעט אין ארגענטיע ואתו עמו די חשובע משלחת רבני ק"ק סאטמאר הגה"צ רבי אברהם הערש וואזנער אבד"ק סאטמאר מאנסי און הגה"צ רבי משה פריעדמאן דומ"ץ סאטמאר בארא פארק מרבני וועד השחיטה. דער רבי איז אפגעווארט געווארן בשירה וזמרה דורך די מרא דאתרא הגה"צ רבי פייביל סופר שליט"א גאב''ד קהילת חרדים ארגענטינע און הונדערטער בני הקהילה, מען איז אריבער שלום נעמען און דער רבי איז צוגעפארן א וועג פון 40 מינוט לבית האכסניא.


נאך א קורצע הפסקה אין אכסניא איז דער רבי שליט''א אריבער צום ארטיגן ביהמ''ד הגדול דקהל חרדים ווי די גאנצער ציבור זקנים עם נערים האט מקבל געוועהן פני הקודש אויף די גאס בשירה ובזמרה, די ילדי תשב''ר האבן מקבל געווען דעם רבי'ן אין ביהמ''ד ווי דער רבי האט מיט א חביבות און מלא רגש באטראכט די קינדער.


דערנאך איז דער רבי אריבער זיך אומקוקן אויף די גרויסע מקוה אינעם בנין, און דערנאך געגאנגען זיך מטהר זיין אין די פריוואטע מקוה פון הגה''צ גאב''ד קהל חרדים בוענאס איירעס שליט''א אינעם בנין ביהמ"ד. דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד און נאכן דאווענען געדינט אלס סנדק ביי א ברית ביי איינע פון די חסידים מתושבי המקום.


דערנאך איז דער רבי שליט''א ארויף אויף א באזוך ביי הגה''צ גאב''ד קהל חרדים שליט''א אין זיין דירה העכער דעם ביהמ''ד, וואו עס איז אריבערגעקומען שלום נעמען הגאון ר' שמואל ארי לעווין שליט"א ראש ישיבת חפץ חיים ארגענטינא, דער רבי שליט''א האט משבח געווען די אלע חשובע פירות וואס קומען ארויס פון די קהילה, מורי הוראות, סופרים, ומרביצי תורה, און דערנאך זיך אריינגעלאזט אין א לענגערע שמועס איבער די שחיטה, אלע ענינים אין היסטאריע אין ארגענטינע און אין אורוגוויי און אלע תקנות וואס מען האט מתקן געווען, דער רב האט מכבד געווען דעם רבי'ן שליט''א מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר הרבנית תליט''א.


מיטאג איז דער רבי אראפ אין ביהמ''ד צום מעמד קבלת פנים בשירה ובזמרה מיט די השתתפות פון די גאנצע קהילה זקנים אברכים ובעלי בתים, פון איין זייט ביהמ''ד די בחורים און די אנדערע זייט די קינדער און אלע נשים צדקניות אין עזרת נשים. מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, הרב מרדכי אפרים פישל סופר בן הגה''צ גאב''ד קהל חרדים שליט''א האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט דברי ברכה, דערנאך האט דער רב שליט''א געזאגט זיין הארציגע דרשה און באגריסט דעם רבי'ן, און ארומגערעדט איבער די לעצטע באזוך פון רבי'ן שליט"א אין ארגענטינע בשנת תשנ"ד בשליחות אביו הרה"ק בעל ברך משה זי"ע און יעצט איז דער רבי געקומען זעהן זיינע אייגענע תלמידים וואס רוב רובם פון די קהילה זענען תלמידים פון רבי'ן וואס האבן געלערנט אין רבינ'ס ישיבה אין קרית יואל.


דער רבי שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט זיין התרגשות און די שבח פון די שיינע קהילה מיט אירע גוטע פירות, און ווארעם אנגעוואונטשן ברוב ברכות. דערנאך האט דער רבי געוואונטשן לחיים, און פארטיילט א ספר תהילים פאר אלע קינדער. און איבערגעלאזט א תמיכה נכבדה פאר אלע כלי קודש פון די מוסדות און לומדי הכולל, נאכן מעמד איז דער רבי צוגעפארן צום אכסניא בבית הנגיד ר' משה יואל מזרחי הי"ו.


נאכמיטאג איז דער רבי אנגעקומען אויפן נייעם שטח וואו עס וועט בקרוב אויפגעבויעט ווערן א בית גדול וקדוש פאר די ארטיגע קהילה ומוסדות, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן שטח, און דערנאך געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פאר די עוסקים במלאכת הבני', און משמיע געווען קורצע ברכת הקודש. פון דארט האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט צום עירפארט ממשיך זיין די נסיעה צו די שחיטה אין מדינת אורעגוויי, איבערלאזענדיג א רשימה דקדושה און הויפענעס חיזוק פאר אלע תושבי העיר.
















































Comments


bottom of page