דינסטאג פ' כי תשא • י''א אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

תלמידי וחברי ק"ק אמונת ישראל אין ארץ הקודש האבן היינט דינסטאג ענטפאנגען פני כבודו פון הגה"צ רבי אברהם יצחק וואלפסאן שליט"א אב"ד אמונת ישראל מאנסי וואס איז געקומען צו פארן אויף די טעג פון פורים המשולש, לקיים את ימי הפורים האלה מיט א התרוממות הנפש, בקרב קהלא קדישא.
די באזוך פונעם רב שליט"א טוט ערוועקן טיפע געפילן פון געגועים און כיסופין ביי תלמידי וחסידי אמונת ישראל בארץ הקודש, זיך דערמאנענדיג פון די אומפארגעסליכע יום טוב פורים המשולש תשס"ח, און די פריערדיגע יאהרן ווען אביו הגדול דער משגיח הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצ"ל אבד"ק אמונת ישראל פלעג קומען פראווען די זעלטענע ימים המסוגלים פון פורים המשולש אין ירושלים עיה"ק.
דער רב שליט"א איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל היינטיגן דינסטאג נאכמיטאג, און איז תיכף צוגעפארן קיין עיה"ק ירושלים ווי מען האט געדאווענט מנחה מעריב, נאכגעפאלגט מיטן מעמד קבלת פנים אין ביהמ"ד אמונת ישראל. מארגן מיטוואך וועט מען דאווענען מנחה ברוב עם ביים שריד בית מקדשינו הכותל המערבי, דערנאך וועט מען אנקומען אויף א תפילת רבים ביים קבר רחל אמנו. ליל שישי וועט מען דאווענען מעריב נאכגעפאלגט מיט קריאת המגילה אין ביהמ"ד אמונת ישראל וואס איז סטאנציאנירט אינעם בנין ישיבת שערי יושר אויף רח' אבן האזל אין די עזרת תורה געגענט.
די מעמדי קודש אין לויף פון די ימי הפורים אנגעהויבן פון פרייטאג ערב שבת וועלן געפראוועט ווערן אינעם בנין פון ישיבת 'פורת יוסף' אויף רח' מלכי ישראל במקום שהתפללו אבותיו אויפן ארט ווי דער משגיח זצ"ל האט געפראוועט דעם לעצטן פורים המשולש אין יאהר תשס"ח, וואס רעכנט אריין די געהויבענע שבת, און די משתה היין זונטאג מוצאי פורים, בשבת אחים גם יחד בהתרוממות עילאה זיך אנצושעפן השפעות טובות מלא חפניים בהאי יומא דקגרים.
מאנטאג למחרת הפורים וועט מען ארויפגיין צום ציון פונעם משגיח זצ"ל בעיה"ק טבריה, און דערנאך ארויספארן קיין אתרא קדישא מירון אויף א תפילת רבים, צומארגנס דינסטאג וועט זיך דער רב שליט"א צוריקקערן למעונו אין מאנסי.





Comments