top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' ממבקשי אמונה רעכט אפּ פייערליכער מעמד 'שריפת הפתילות' כמנהג אבותיו ביום זאת חנוכה

מיטוואך פ' ויחי • ח' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

פילע תושבי קרתא דשופריא האבן דעם זאת חנוכה מיטגעהאלטן דעם געהויבענעם עריכת שולחן הטהור פונעם מלהיב לבבות ישראל כהן שדעתו יפה כ"ק אדמו"ר ממבקשי אמונה שליט"א וואס דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן ווי יאר יערליך אין היכל ביהמ"ד בית ברוך אויף חברת ש"ס אין די מאה שערים געגנט אין ירושלים.


די מבקשי אמונה רבי שליט"א איז ברייט באקאנט מיט זיין עבודת הקודש אין די פעלד פון קירוב, וואו דער רבי טוט מדי שבת בשבתו ארומפארן צווישן די שטעט און דערפלעך איבער גאנץ ארץ ישראל מדן ועד באר שבע, מחזק צו זיין לבבות ישראל מיט זיין אייגנארטיגע צוגאנג באהבה וחיבה זייענדיג משפיע תורה וחסידות פאר אידישע קינדער ברחבי תבל, און טוט דערהייבן נשמות ישראל לאביהם שבשמים מיט א שלהבת אמונה טהורה, זייענדיג א גאנץ יאהר אין די פרעמד איז גאר זעלטן אז דער רבי זאל אפרעכטן טישן אין זיין הויף אין ירושלים אויסער געציילטע טישן דורכאויס די יאהר, ווען דער הויעכפונקט איז ביום המסוגל די גרויסע טאג פון זאת חנוכה ווען די רבי שליט"א טוט אפרעכטן דעם מעמד שריפת הפתילות ברוב עם הדרת מלך ווי עס טוהן אנטייל נעמען פילע חסידים און מעריצים פון אומעטום.


דער רבי האט מעריך געוועהן דעם שולחן הטהור בשירות ותשבחות און משמיע געוועהן דברי תורה וברכה לכבוד היום. דער טיש איז געקומען צו א קלימאקס ביי די געהויבענע מעמד שריפת הפתילות כמנהג אבותיו און דערנאך ביים דורכגיין וואו דער רבי האט מאציל געוועהן ברכותיו הטהורות פאר יעדער באזונדער אין דעם יום המסוגל.











Comments


bottom of page