top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחה כפולה: בר מצווה פון צווילינג אייניקלעך ביי האד' מצאנז

מוצאי שבת פ' ראה • כ"ז אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין

 

אין א פריידיגע שטימונג האבן זיך צאנזער חסידים מיטגעפרייט ביים שמחת הבר מצווה פון צוויי אייניקלעך ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, צווילינג קינדער ביי בנו הגדול הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אב"ד קרית צאנז נתני', די שמחה האט זיך אנגעהויבן פאריגן שבת ווען די בחורי הבר מצווה האבן עולה געווען לתורה, נאכגעפאלגט מיט די שמחת הקידושא רבא, וואו די רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש און די ציבור איז דורך וואונטשן מזל טוב.


דינסטאג צופרי איז די רבי שליט"א ערשינען אינעם היכל המתיבתא אויף תפילת שחרית ברוב עם, פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצווה בחורים, און לעת ערב איז פארגעקומען די שמחת הבר מצווה אינעם גרויסן זאל, שוין פון די נאכמיטאג שעה'ן איז געווען צוגעשטעלט א סעודת מצווה כיד המלך פארן גאנץ ציבור, דאן האט מען אנטפאנגען דעם רבי'ן שליט"א בשירה וזמרה, די רבי האט זיך געוואשן צום סעודת מצווה און מען האט געזינגען ווארימע און נייע ניגונים וואס זענען פארפאסט געווארן לכבוד די שמחה.


דערנאך האבן די בר מצווה בחורים געזאגט די פשעטלעך, און די רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש זייענדיג מרחיב בענין אמונה ובטחון, דערנאך האט די רבי מכבד געווען די זיידע הגה"צ גאב"ד ראדאמישלא אויפצוטרעטן מיט א דרשה, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן די בר מצווה בחור אשר ישעי' נ"י, צום שלוס איז דער גאנצע ציבור כל הקהל הקודש דורך ביים רבי'ן שליט"א און די בעלי שמחה וואונטשן מזל טוב.



תגובות


bottom of page