top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ועל ישועתך: האד' מתורת חכם לאזט זיך ארויס אויף מסע הקודש קיין אוקריינע; שב"ק ויגש אין אומאן אומגעגנט

מאנטאג פ' ויגש • כ"ט כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

כדרכו בקודש די לעצטערע יארן לאזט זיך כ"ק הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגענשטערן שליט"א האדמו"ר מתורת חכם ארויס אויף א מסע הקודש פוקד צו זיין קברי צדיקים לענגאויס אוקריינע, מיט'ן ציל אנצוקומען צום עיר הקודש אומאן פוקד צו זיין ביים ציון הק' פון הרה"ק רבי נחמן מ'ברסלב זי"ע.


ווי עס איז מקובל ביי חסידי ברסלב איז שבת חנוכה א גרויסער ענין צו זיין ביים ציון הק' אין אומאן, און עס אנטוויקלט זיך יערליך א מאסיווע צונויפפאר פון טויזנטער ברסלבע חסידים פון איבער די גאנצע וועלט, להעתיר בדבר ישועה ורחמים, אין די לעצטערע יארן האט מען אויך זוכה געווען אז דער רבי שליט"א ציילט זיך בין הפוקדים, און רעכט אפ דעם געהויבענעם שבת חנוכה אין אומאן.


היי-יאר נעמט דער רבי אונטער די מסע הקודש קיין אומאן ארום די טעג פון שבת חנוכה, און לאזט זיך היינט מאנטאג נאכט אין ארץ ישראל ארויס אויף די נסיעה. דורכאויס די וואך וועט מען פוקד זיין מערערע קברי צדיקים אין אוקריינע, און אויך וועט פארקומען די געהויבענע מעמדי הדלקת הנרות דינסטאג אוונט נר ז' דחנוכה און מיטוואך ליל זאת חנוכה. שב"ק וועט דער רבי אפרעכטן בהתרוממות עילאה אין מחוז טשערקאס, אינעם אומגעגנט פון אומאן.

Comments


bottom of page