top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פייערליכע שמחת החתונה בחצרות תולדות אברהם יצחק - דאראג - ספינקא מיטגעהאלטן דורך מאסן חסידים

מיטוואך וירא • י"ב חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

 

ברגשי שמחה והתעלות האבן הונדערטער חסידים נעכטן מיטגעהאלטן די געהויבענע רעבישע חתונה אין די הויפן פון תולדות אברהם יצחק - דאראג - ספינקא מאנסי און בערגסאז וואס איז אפגעראכטן געווארן בשמחה וגיל אין ביהמ"ד הגדול דאראג אין בני ברק.


די שמחה האט זיך אנגעהויבן ביים מעמד קבלת פנים אין ביהמ"ד, וואו עס איז געהערט געווארן דברי חרוזין פון בדחנא דמלכא ר' בן ציון ברעכער לעורר הלבבות דערמאנענדיג זכות אבות, מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן די פעטער הגה"צ אב"ד סעליש שליט"א וואס איז ספעציעל געקומען צופארן צו די שמחה, פארן ארויסגיין צום באדעקן האבן די אדמורי"ם אנגעטוהן די מלבושים פארן חתן צווישן זיי א גארטל פון הרה"ק רבי וואלף קיצעס זי"ע תלמיד פונעם בעל שם טוב הק' וועמענס יארצייט געפאלט אויס היינט י"ב חשון.


ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די זיידע פון כלה כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, קריאת הכתובה די פעטער מצד הכלה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי דספינקא שליט"א וואס איז ספעציעל געקומען צופארן צו די שמחה, מיט די ברכות זענען מכובד געווארן די זיידע'ס האדמורי"ם מדאראג און בערגסאז בית שמש.


נאכן חופה האט דער ציבור מיסב געווען צום סעודת החתונה, די חסידים פון ביידע הויפן איש על מחנהו ואיש על דגלו, און דערנאך זענען פארגעקומען ריקודין לכבוד שמחת חתן וכלה, בשעה 8:30 זענען די אדמורי"ם שליט"א ערשינען צום סעודת החתונה אינעם גרויסן בית מדרש וועלכע איז געווען מלא וגדוש עד אפס מקום מיט די הונדערטער חסידים ואנשי מעשה, ווערנדיג ענטפאנגען לקול תרועת הזמר בשמחה וצהלה, די רבי'ס האבן זיך געוואשן צום סעודה געוונטשן לחיים לכל הקהל הקודש, און דאן זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין נלהבין, א שיינעם מחול לצדיקים איז געשאפן געווארן ווען האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיט מחותנו האדמו"ר מדאראג טראץ חולשת גופו ווי די ציבור חסידים הייבן זיך טפחיים מעל הקרקע, דערנאך האט די גאנצע ציבור אנגעהויבן דורכגיין ביי די אדמורי"ם שליט"א וונטשן לחיים און מזל טוב.


צווישן די פילע אדמורי"ם ורבנים וואס האבן באשיינט די שמחה האבן זיך אנגעזען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האדמורי"ם מוויזניץ בית שמש, פיטסבורג, נאראל, שומרי אמונים, דעעש, מיאלען, ביאלא רמת אהרן, אנטניא, ספינקא בני ברק, ספינקא רמת אהרן. הגאונים הצדיקים ראש ישיבת וויזניץ, אב"ד קרית באבוב בת ים, אב"ד פרדס כץ, גאב"ד חרדים, גאב"ד קרית אגודת ישראל, און אב"ד מאקאווא בני ברק, און די פעטער'ס האדמורי"ם מזידיטשוב בני ברק, ראחוב, בערגסאז, מבקשי אמונה, נחלת אהרן, קאסאני בית שמש, אב"ד מאור חיים ירושלים, ראש ישיבת תולדות אהרן, אב"ד ראחמיסטריווקא ירושלים און די געסט האדמורי"ם מבית שמואל צבי דספינקא, זאבלטוב, און אב"ד סעליש.


נאך ברכת המזון האט מען צוגעטראטן צום רעווא דרעווין די געהויבענע מעמד המצווה טאנץ, ווען דער בדחן הרב מאיר אלי' מאשקאוויטש האט אויסגערופן דעם געהויבענעם זיידן כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, ארויסברענגנדיג די הרגשים פון שבח והודאה אז מאיז זוכה אז די רבי שליט"א זיצט בתוכינו און באשיינט די שמחה, נאך די גראמען אין ניוגני התעוררות איז דער תולדות אברהם יצחק רבי אראפגעקומען אין חלל פונעם זאל און זיך אויפגעשטעלט אויף די פיס צו די ריקודין קדישין לפני הכלה, דער רבי האט געטאנצן א לענגערע צייט אנגעכאפט מיטן חתן און זיין איידעם דער מחותן בשעת ווען דער ציבור האט זיך געהויבן אין די לופטן מיט גרויס חיות און התלהבות, באזונדער איז דער רבי געטאנצן מיט די מחותנים און זיידעס האדמורי"ם שליט"א.


דערנאך האט מען אויסגערופן דעם גרויסן זיידן פון חתן כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א, וועלכע האט דערביי אפגעראכטן די ריקודין של מצווה לפני הכלה און איז דערנאך געטאנצן מיט די חתן און מחותנים בעוז ותעצומות, דערנאך האט מען אויסגערופן די זיידע כ"ק אדמו"ר מבערגסאז שליט"א און דער אבי החתן, דאן איז דער אבי הכלה כ"ק אדמו"ר מספינקא מאנסי שליט"א געטאנצן מצווה טאנץ מיט אן אש להבה בדרך אבותיו הק' לבית ספינקא, און דערנאך זענען געטאנצן די ברודער'ס און שוואגער'ס האדמורי"ם והרבנים לבית ספינקא, עס איז געווען ארום 12:00 ביינאכט ווען די שמחה האט זיך געשלאסן מיט גרויס דערהויבנקייט.





































































































Comentarios


bottom of page