דאנערשטאג פ' ויקהל • כ"ז אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
א הערליכע כינוס אנשי שלומינו אין מעמד ח"י וקיים לטובת איז אפגעראכטן געווארן דעם מוצאי שבת העעל"ט אין ק"ק סאטמאר אין מאנסי, די מעמד איז געוועהן בשילוב מיטן סיום מס' חולין במסגרת חבורת תורתך שעשועי - אין איז פארגעקומען אינעם בנין הת"ת בנין גאלדשטיין אינטערן ביהמ"ד, בהשתתפות פון הונדערטער חברי הקהילה ובראשם הגה''צ רבי אברהם הערש וואזנער שליט"א אבד''ק סאטמאר מאנסי.
אלס יושב ראש המעמד האט אויפגעטראטן הרה''ג ר' שלמה זלמן גראס שליט"א מנהל רוחני אין די מוסדות, וועלכע האט ארויסגעברענגט די בלי און וואוקס בליעה''ר פון דעם קהילה נאה וחסודה און וויאזוי עס איז אויסגעשטיגן פון א קליינער שטיבל צו א ריזן אימפעריע אין בלוז אכצן יאר.
מיטן סיום מס' חולין איז מכובד געווארן הרה"ג ר' ראובן אליעזר קרויס שליט"א מרבני מכון להוראה, אין נאך די ריקודין לכבודה של תורה האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה הנגיד החסיד ר' מרדכי אלעזר הירש הי''ו חבר הנהלת המוסדות אין וויליאמסבורג. די דבר המעמד איז געהערט געווארן דורך הגה"צ אבד''ק סאטמאר מאנסי שליט"א, וועלכע האט מאריך געוועהן בדרוש ואגדה אין מחזק געוועהן א צאל ענינים הצריכים חיזוק.
דערביי איז פארגעקומען א מעמד הכרת הטוב פאר די 11 גבאים פון די 5 סאטמארע בתי מדרשים איבער די שטאט מאנסי. ביים מעמד האט מען געמאלדן די הרחבת גבולי הקדושה ווען אויף יו''ט פסח וועט זיך שוין עפענען די צוויי נייע בתי מדרשים, ה"ה: ביהמ''ד המפואר דקהל יטב לב אין שכונת רעמסען און ביהמ"ד ברך משה בשכונת טווין, און די פרייליכע בשורה צו עפענען נאך צוויי נייע בתי מדרשים איבער די שטאט בשכונת רידזש און בשכונת וועסט מעיפל, אזוי אויך איז געמאלדן געווארן אז אין די קומענדיגע חדשים וועלן אי"ה פארטיג ווערן די פלענער צו פארגרעסערן און פארשענערן די צענטראלער ביהמ"ד הגדול אין מאנסי וואס איז שוין לאנג אויסגעוואקסן די געברויך פונעם ציבור.
אויך איז פארגעקומען א אפיעל דורך הרה"ח ר' שלמה מנשה פאלקאוויטש הי"ו מגדולי העסקנים למען החינוך מיט ר' משה קארקאלסקי א געלערנטע עדזשוקעיזשען פראפעסאר און הרה"ג ר' משה שוואב שליט"א ראש ישיבת דגל התורה ומתיבתא מאמר מרדכי, איבער די גאנצע השתדלות פונעם אנהייב פון די ביטערע גזירה ביז ווי מען שטייט היינט און ארויסגעברענגט די הייליגע מהלך פון כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א זיך נישט צו לאזן פון די רעגירונג אויף קיין שום אופן און נישט מאכן קיין שום פשרות.
Commenti