מאנטאג פ' ויגש • כ"ט כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
נעכטן מאנטאג נאכמיטאג איז אפגעראכטן געווארן די לעצטע שבע ברכות בשמחת בית סאטמאר, צוגעשטעלט דורכ'ן גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, צו וועלכן עס זענען ספעציעל געווארן איינגעלאדענט אלס אלס די פערזענליכע געסט פון רבי'ן שליט"א די משוררים פון די סאטמארער קאפעליע פון קרית יואל און וויליאמסבורג, וואס האבן כסדר די זכי' מהנה צו זיין דעם ציבור ביי די געהויבענע מאורעות אין סאטמארער הויף, אויך זענען געלאדענט געווארן די בעלי מנגנים וועלכע זינגען אין די קאפעליע ימים נוראים און חנוכה, און די בחורים מזמרים וועלכע פירן אן מיט די ניגונים ביי די סעודת ליל שב"ק מידי שבוע בשבוע. די חברי הקאפעליע האבן דערביי געהאט די געלעגענהייט צו שפּירן דעם הכרת הטוב פונעם גרויסן זיידן דער רבי שליט"א, וואס איז כסדר מעורר דעם ציבור, איבער דעם חיוב וואס עס ליגט אויף יעדן איינעם, צו פארזיכערן אז מען זינגט נאר ארגינעלע חסיד'ישע ניגונים, אן די היינטיגע צולאזענע ווילדע תנועות, צו וועלכן די מנגנים פון די קאפעליע העלפן אזוי שטארק צו, צו האלטן יעדן מעמד פון די קהלה, און יעדע שמחה בחצר הקודש הייליג און ריין, ארגינעל און פרייליך מיטן פארצייטישן חן, וואס האט א געוואלדיגע השפּעה אויך אויף אַַנדערע שמחות ביים ברייטן ציבור, און האבו דערביי הערן און באקומען דעם חיזוק פון רבי'ן שליט"א ממשיך צו זיין בעבודת הקודש מתוך שמחה וטוב לבב.
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת שבע ברכות אינאיינעם מיט די געלאדענטע געסט, במשך די סעודה זענען געזינגען געווארן פילע שירות ותשבחות חדשים וישנים דורך די בעלי מנגנים, מען האט געבענטשט מבעוד יום און דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט לשבח פון די בעלי מנגנים וועלכע ברענגען אריין א שמחה של מצוה אין אנדערע אידן, דער רבי האט ממשיך געווען און ארומגערעדט איבער די עבודת הנגינה ביי די צדיקים הקודמים לבית סיגוט און צאנז, און פארציילט עטליכע סיפורים איבער די חשיבות פון ערליכע נגינה, דער רבי האט ארומגערעדט דברי הדרכה איבער די פליכט וואס ליגט אויף די בעלי מנגנים זיכער צו מאכן צו זינגען נאר ערליכע ניגונים און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור. דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני הודאה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד לכבוד די שמחה.
Comments