top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אדמו"רי בית רוזין פוקד געוועהן ציון קדשו פון הרה"ק רבי ישראל מהוסיאטין זי"ע אין טבריה ביומא דהילולא קדישא

דאנערשטאג פ' ויחי • ט' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מ. אדלער, JDN

 

דעם יו"ט חנוכה איז אויסגעפאלן די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי ישראל מהוסיאטין זי"ע מקום מנוחת קדשו אויפן בית החיים העתיק אין שטאט טבריה. לכבוד די יארצייט איז כ"ק האדמו"ר מבאיאן שליט"א ארויסגעפארן קיין טבריה וואו דער רבי האט אויך מתפלל געוועהן על קברו פונעם חותן המלך הרה"צ רבי זושא העשיל זצ"ל מקאפיטשניץ לכבוד די יארצייט וועמענס יארצייט געפאלט בו ביום.


דער רבי האט צו ערשט מתפלל געוועהן על קברו פון זיין שווער וואו דער רבי האט געזאגט קדיש נאך אמירת תהילים. דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צום ציון הק' פון הרה"ק מהוסיאטין זי"ע וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן א לענגערע וויילע און גענימען קוויטלעך פון די ארומיגע, דערנאך האט די רבי מתפלל געוועהן ביים ציון פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ זצוק"ל. ביים פארלאזן דעם בית החיים האט זיך דער רבי באגריסט מיט שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א וואו די רבי'ס האבן א קורצע צייט ארומגעשמועסט און זיך געוואונטשן א גוטן חנוכה.











コメント


bottom of page