top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חיל ורעדה יאחזון: סליחות 'זכור ברית' אפגערופן אין פילע חצרות הקודש אין ארץ ישראל אין ליכט פון פחד מלחמה

דינסטאג פ' האזינו • כ"ח אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

די אויגן פון כלל ישראל איבער די גאנצע וועלט איז געוואנדן מיט פחד און זארג צו אחינו בית ישראל תושבי ארץ הקודש הנותנים בצרה ומצוקה אונטער'ן שאטן פונעם פחד המלחמה וואס ווערט וואס א טאג פארביי פארשארפט. לאור מצב איז אין פילע חצרות הקודש אפגערופן געווארן די גרויסע אמירת סליחות 'זכור ברית' ערב ראש השנה ברוב עם, און מערערע אדמורי"ם שליט"א וועלן אפרעכטן די סליחות אויף א פריוואטן פארנעם מיט אן ענגע מנין.

בחצר הקודש גור וואו מ'זאגט סליחות תיכף אנהייב נאכט אור לערב ראש השנה, האט כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א געזאגט סליחות מיט א מנין מצומצם בביתו נאוה קודש, אויך אינעם ביהמ"ד הגדול איז פארגעקומען א באשיידענע מנין סליחות, און ס'איז צוגעגאנגען צום עמוד העסקן הרב יצחק גאלדקנאפף.

יעצט ביינאכט איז איבערגעגעבן געווארן די הוראת הקודש פאר חסידי וויזניץ בארה"ק דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אז די מענער וואס מ'האט ביי זיי אין שטוב מורא צו בלייבן אליינס, זאלן בלייבן אינדערהיים און נישט קומען היינט נאכט צו סליחות זכור ברית אין ביהמ"ד הגדול מרכז חסידי וויזניץ נאר מיטהאלטן די סליחות דורך א טעלעפאנישע הוק-אפ.

ביי כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א וואס איז שוין אנגעקומען אויף יו"ט אין ירושלים צו פראווען בקרב עדת צאן מרעיתו, איז ענטשטאנען א בהלה אינמיטן דאווענען מעריב היינט נאכט ווען די ווארענונג-פייפערס האבן זיך צעפיפן, דער רבי איז אבער געבליבן על מקומו ומעמדו און ווייטער ממשיך געווען מיט שמו"ע כרגיל, און נאכ'ן דאווענען משמיע געווען קורצע דברות קודש, זאגנדיג אז פאר ראש השנה איז דאס א מוסר השכל אז מ'דארף אנפייפן דעם יצר הרע, און דערביי אנגעזאגט די חסידים אז אין פאל מ'דארף יא לויפן אין די שעלטער דארף מען אכטונג געבן אז ס'זאל זיין אן א בהלה.

פון חצר הקודש אמשינוב ווערט באריכטעט איבער א גרופע חסידים פון אמעריקע וואס זענען שוין געווען אין לופטפעלד אפצורייזן קיין ארץ ישראל לחסות בצל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א אויף ראש השנה, האבן אנגערופן אנפרעגן דעת קדשו פונעם רבי'ן צי זיי זאלן אפרעכטן די רייזע יעצט אינעם אנגעצויגענעם מצב, האט זיי דער רבי געזאגט אז מ'קען קומען און געוואונטשן ברכת קדשו, צולייגענדיג אז מ'דארף אינאכט נעמען אז ס'איז דא א שאנס אז מ'וועט בלייבן שטעקן אין ארץ ישראל נאך יום טוב.

איבער די עצם תפילות און טישן בימי ראש השנה, ווען עס קומען זיך צונויף טויזנטער חסידים צו פראווען בצל רבם, איז דערווייל נאך אומקלאר צי ס'וועט זיין שינוים, און ווי אזוי עס וועט צוגיין.

אין די זעלבע צייט איז כלל ישראל בכל מקומות מושבותיהם מתפלל לפני מלך יושב על כסא רחמים מ'זאל האבן אפגעקומען מיט שרעק, אבינו מלכינו הפר עצת אובינו, עס זאל קומען א שנת שלום ושלוה, גאולה וישועה.


תגובות


bottom of page