top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מקארלין סטאלין אין ניו יארק לרגל די מעמד חנוכת הבית פאר תלמוד תורה החדש אין לעיקוואד

דאנערשטאג פ' תרומה - ב' אדר תשפ"ג


קול בחצרות - חסידי קארלין סטאלין אין ניו יורק האבן מיטגעלעבט די וואך געהויבענע שעות של תענוג רוחני במחיצת הקודש פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א וועלכע איז אנגעקומען אויף א בליץ באזוך קיין ניו יורק צו באשיינען די מעמד חנוכת הבית פארן נייעם בנין תלמיד תורה אין לעיקוואוד.


זונטאג פארטאג'ס האט די רבי שליט"א געלאנדעט אין ניו יורק און איז תיכף צוגעפארן קיין בארא פארק ווי אום 6:30 איז די רבי אריינגעקומען אויף שחרית בבית מדרשו, ווי עס זענען געווען פארזאמעלט הונדערטע חסידים פון איבער גרעיטער ניו יורק. צוליב דעם ריבוי העם האבן די בחורים געדאוונט אין ווייבער שול.


נאך שחרית זענען פארגעקומען צוויי חאלאקעס און דער רבי האט אפגעראכטן א מסיבת לחיים און אויפגעטראטן מיט דברות קודש ודברי הדרכה און צווישן אנדערע מעורר געווען ווי אזוי א בעל תפלה זאל זיך פירן ווי עס פאסט פאר א שליח ציבור.


דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן, ווי מען האט א לענגערע צייט געזינגען ניגוני שמחה און ניגוני פורים און דער רבי האט שטארק מעודד געווען דאס טאנצן און אויך געקלאטשט מיט די הענט וועלכע האט געהויבן די חסידים טפחיים מעל גבי קרקע.


אנגעהויבן פון בערך צוועלף אזייגער נאכמיטאג האט דער רבי אנגעהויבן אויפנעמען דעם ציבור. א פערטל צו פינף האט דער רבי געדאווענט מנחה בבית מדרשו און 6:30 ביינאכט איז דער רבי אנגעקועמן צו די זאלן פון די פאלאס און געדאווענט מעריב.


תיכף נאך מעריב איז דער רבי ארויס פון זאל און זיך צוריקגעקערט לביתו נאוה קודש, אין די צייט וואס די חסידים האבן זיך באטייליגט ביי די יערליכע גראנדיגעזע דינער לטובת 'ישיבת קארלין סטאלין' וועלכע איז באשיינט געווארן דורך דעם רבינ'ס זון הרה"צ ר' אהרן שליט"א אב"ד קארלין סטאלין ב"פ, ווי ביים מעמד איז אויך אפגעצייכענט געווארן גאנצע 'פינף און זיבעציג יאר' זינט די התייסדות התלמיד תורה על אדמת אמעריקא.


מאנטאג נאכמיטאג איז דער רבי אנגעקומען קיין לעיקוואוד און איז תיכף צוגעפארן צום שטוב פונעם נדבן הס"ת וואס וועט אריינגעגעבן ווערן להיכל הישיבה ווי די רבי האט אריינגעשריבן אן אות אין די ספר תורה. פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום נייעם פרעכטיגן היכל הישיבה אין לעיקוואד אין באגלייטונג פון א מלכות'דיגער 'עסקאורד', אנקומענדיג צום בנין התלמיד תורה האט דער רבי שליט"א קובע מזוזות געווען ביי די הויפט אריינגאנג און די עסקנים האבן ארום געוויזן פארן רבי'ן די נייע קלאס צימערן און די פארשידענע אפטיילונגען אין דעם נייעם בנין וואס איז נארוואס פארענדיט געווארן כלול בהדרו.


אום פיר אזייגער נאכמיטאג איז דער רבי ערשינען צום מעמד 'חנוכת הבית' וועלכע איז פארגעקומען אין די חדר האוכל פון ישיבה, וואס איז אויסגעשטעלט געווארן מיט הויעך שטאקיגע פארענטשעס צו קענען אקומעדירן די טויזענטע חסידים ותושבי העיר וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די געהויבענע מעמד בצל הקודש.


ביים מעמד האט זיך באטייליגט הגאון ר' ירוחם אלשין שליט"א מראשי ישיבה ד'לעיקוואוד וועלכע האט פארפירט א לענגערע שמועס מיטן רבי'ן און אויך האט ער געשאנקען פארן רבין זיין נייעם ספר 'ירח המועדים' אויף פורים.


במשך די מעמד האט מען געזינגען ווארימע און לעבעדיגע ניגונים בשעת ווען די רבי איז מעודד די ניגונים.


נאכ'ן מעמד איז דער רבי ארויפגעגאנגען צום היכל הביהמ"ד פון די תלמיד תורה, אויפן וועג האט זיך דער רבי באגעגענט מיט כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקואווד וועלכע האט פארפירט א קורצע שמועס מיטן רבי'ן. אנקומענדיג אין ביהמ"ד האט דער רבי אפגעראכטן די הקפות מיט די ס"ת אינעיינעם מיט בנו הרה"צ ר' שמעון שלמה.


דערנאך האט דער רבי פארלאזט דאס ביהמ"ד אויפן וועג צום לופטפעלד אויפן וועג צוריק אהיים למעון קדשו אין גבעת זאב.






Comments


bottom of page