top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסן ציבור חסידים ביי שמחת נישואין בחצרות תולדות צבי דספינקא – מכלל יופי – ספינקא מאנטריאל – פאלטישאן

עודכן: 29 באוק׳ 2024

מאנטאג פ' נצבים - וילך • י"ט אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

 

פארגאנגאנעם וואך איז פארגעקומען אין וויליאמסבורג די שמחת נישואין פון החתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א א זוהן פון הרה"צ מוה"ר יוסף מאיר הורוויץ שליט"א ראש הכולל ספינקא חתן הגה"צ רבי יצחק שטיין שליט"א ראב"ד פאלטיטשאן בן הגה"צ  אבד"ק פאלטישאן שליט"א מיט  די כלה תחי' א טאכטער פון הרה"ג מוה"ר יואל פילאפף שליט"א מו"ץ קרית  טאהש בן הגה"צ זלמן לייב פילאפף שליט"א אב"ד מכלל יופי, וחבר ביד"ץ דקהל י טב לב, וחתן כ"ק אדמו"ר מספינקא מאנטריאל שליט"א חדב"ן כ"ק אדמו"ר הרה"ק מטאהש זצוק"ל.


מאנטאג אווענט איז פארגעקומען די ארימע חתונה כנהוג אין ביהמ"ד תולדות צבי ספינקא אין בארא פארק. נאך תפילת ערבית האט מען זיך געוואשן צום סעודת עיניים מען האט דורכאויס דעם טיש געזונגען ווארעמע ניגונים. א חבר פון חתן האט אויסגעגראמט דברי כיבושין. און דער חתן איז מכובד געווארן מיט ברכת המזון.


דינסטאג אווענט איז פארגקומען די חתונה אין די זאלן פון פרדס צבי אין וויליאמסבורג. שוין אין די נאכמיטאג שעה'ן האט מען שוין געזעהן די חסידים מיט די בגדי שבת ויו"ט וועלכע זענען אריינגעקומען פון אומעטום זיך משמח צו זיין בשמחת בית צדיקים. ארום זעקס אזייגער איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום קבלת פנים און ארום זיבן אזייגער מבעוד יום איז מען געגאנגען אונטער די חופה מען האט געזונגען ווארעמע ניגוני קודש לבית ספינקא און טאהש. הגה"צ אבד"ק פאלטיטשאן שליט"א עלטער זיידע פון חתן איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין. כ"ק אדמו"ר מספינקא מאנטריאל שליט"א זיידע פון די כלה איז מכובד געווארן מיט קריאת הכתובה. די ברכות ראשונות זענען מכובד געווארן די זיידעס הרה"צ אבד"ק מכלל יופי שליט"א און הגה''צ ראב"ד פאלטיטשאן שליט"א. כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ד'ספינקא שליט"א זיידע פון חתן איז מכובד געווארן מיט ברכה אחריתא.


נאך די חופה איז דער רבי שליט"א צוגעפארן צום ביהמ"ד הגדול תולדות צבי ד'ספינקא און געדאווענט מעריב און דארט אפגעראכטן די סעודת החתונה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה. מען האט זיך געוואשן צו די סעודה און געזונגען ניגוני שמחה. עס האבן אויפגעטרעטן דעם רבינס קינדער הרה"צ רבי משה יעקב שליט"א און הרה"צ רבי נפתלי הירצקא שליט"א. און דער ראש הישיבה הרה"ג מוה"ר מרדכי הערש שפיצטער שליט"א וועלכער האט ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה ביי די בחורים אז מען קען מיטהאלטן א שמחה  ביים רבין שליט"א.


ארום צעהן דרייסיג איז דער רבי שליט"א ערשינען אין זאל בקול תודה ורינה המון חוגג. דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט א ריקוד מיט די חתן און מחותנים אויף לענגערע מינוטין ווען דער עולם הייבט זיך ביי די ריקודין א טפח מעל גבי קרקע. נאך לענגערע שעהן' פון משמח זיין חתן וכלה האט מען זיך געגרייט צו די געהויבענע ריקודין של מצוה. צום ערשט האט דער בדחן הר"ר שרגא מרדכי בלומענבערג הי"ו אויסגערופן דעם עלטער זיידן הגה"צ אב"ד פאלטיטשאן שליט"א וועלכער האט פארגעזונגען די ניגוני קודש 'להתוודע' און 'אודה לקל' און דערנאך געטאנצן א לענגערע צייט לפני הכלה און מיט די חתן. דערנאך דער זיידע הרה"צ אב"ד מכלל יופי שליט"א וועלכער האט געטאנצן מיט גרויס התלהבות דקדושה.


דערנאך האט הר"ר יואל שפיטצער הי"ו אויפגערופן דעם ספינקא רבין שליט"א צו די געהויבענע מצוה טאנץ. וואס דער רבי שליט"א האט געהויבן דעם עולם א לענגערע צייט, טאנצ'דיג מיט די כלה, און מיט די חתן, מיט די מחותנים און די זיידעס הרבנים הגוה"צ שליט"א. דערנאך האט מען ווייטער ממשיך געווען די ריקודין כ"ק אדמו"ר מספינקא מאנטריאל שליט"א און הגה''צ ראב"ד פאלטיטשאן שליט"א, און די מחותנים שליט"א. די חתונה האט זיך געענדיגט ארום פיר אזייגער ברן יחד כוכבי בוקר.












































Comments


bottom of page