top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קהל אמונת ישראל אפגעקויפט א שטאק אין נייעם בנין בית חינוך לבנות 'שלשלת בית יעקב'

דאנערשאג פ' שמות • כ"ג טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


א זעלטענע קידוש השם האט זיך אפגעשפילט פארלאפענעם מוצ"ש אינערהאלב קהל אמונת ישראל, ווען עס איז אויפגעטריבן געווארן פאנטאסטישע סכומים לטובת די בארימטע מוסדות 'שלשלת בית יעקב'.


פארלאפענעם מוצ"ש האבן זיך צוזאמגענומען אלע חברי הקהלה פון קהלת אמונת ישראל אין שפיץ פונעם מנהיג עדת ישורון זקן רבני העיר המשגיח הגה"צ ר' משה וואלפסאן שליט"א וועלכע האט אויסגעדרוקט רצון קדשו צו פרעזענליך באשיינען די מעמד טראץ זיין שוואכקייט, צוליב די קריטיש וויכטיגע נחיצות הענין.


ביים מעמד האט מען זוכה געווען צו הערן די הארציגע דיבורים פונעם משגיח שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון שטיצן 'מוסדות שלשלת' און די זעלטענע זכות פון זיין א חלק פון די וואס זענען מקרב און דערהייבן אידישע נשמות לאביהם שבשמים.

דאן האט מען געהערט דברים חוצבים פון כ"ק גאב"ד טענקא שליט"א וועלכע האט אויפגעשטורעמט דעם ציבור איבער די חובת השעה בייצושטייערן יותר מכפי היכולת לטובת דעם הייליגן מוסדות.


אלס יושב ראש האט געדינט דער וועלט בארימטע טשעירמאן ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו וועלכע האט מיט זיין לשון לימודים אנגעווארמעט דעם ציבור זיך אנצושליסן מיט גרעסערע סכומים לטובת די אויפבוי פון א נייעם בנין אדיר לטובת די מוסדות. דערביי האט ער אויפגערופן איינע פון די עלטערן פון די תלמידות וועלכע האט בשער בת רבים אויסגערימט די געוואלדיגע און געטרייע ארבעט וואס די מוסדות לייגט אריין אין יעדן קינד באזונדער.


אויפן פלאץ איז געשאפן געווארן די אסטראנאמישע סומע פון איבער הונדערט טויזענט דאלער און דערמיט האט 'קהילת אמונת ישראל' אפגעקויפט די זכות פון א 'שטאק' אין דעם נייעם בנין בית חינוך לבנות.


מוסדות 'שלשלת בית יעקב' איז אן אייגענארטיגע מיידל שולע וועלכע איז סטאנצענירט אין הארץ פון בארא פארק אויף די זעכצענטע עוועניו און ווערט געפירט דורך הרה"ח ר' חיים קוגעלמאן שליט"א מחשובי חסידי קארלין סטאלין תחת הדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א. אין די ראמען פון מוסדות 'שלשלת', לערנען קינדער פון איבער גרעיטער ניו יורק און ניו דזשערזי, וואס קומען פון פרייע אדער פארקראכענע שטובער און א שטאב פון ערפארענע מחנכות געבן זיך אפ מיט די קינדער אריינצוברענגען אין זייערע הערצער א ווארימקייט צו אידישקייט און ברייטע ידיעות איבער תורה און מצוות.


אין די יעצטיגע טעג גרייט זיך די הנהלת המוסדות אפצוקויפן א נייע גרויסע בנין, כדי צו קענען פלאצירן די הונדערטע תלמידות בלעה"ר מיט הרחבת הדעת אין אן אייגענעם בנין לשם ולתפארת.






Commenti


bottom of page