top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

המקובל הגאון הצדיק רבי דוב קוק שליט"א אומגעפאלן שבת און אפגעפירט אין שפיטאל; אנגעוויזן אויף תפילות ישראל

מוצאי שבת קודש פ' תרומה • א' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

לקיים בנו חכמי ישראל: היינט שבת אינדערפרי איז הגאון הצדיק המקובל רבי דוב קוק שליט"א אומגעפאלן בשעתן דאווענען און איז אריינגענימען געווארן אין שפיטאל אין שטאט טבריה אויף אונטערזיכונגען. דער מקובל ליידט פון פארשידענע מיחושים און יסורים אין צוגאב צו זיין שוואכן מצב הבריאות און איז אנגעוואנדן אויף תפילות ישראל. איידערן אריינפארן אין שפיטאל האט דער מקובל געבעטן איבערצוגעבן פאר חסידיו ומעריציו אים אינזינען צו האבן, אין זיך אונטערנעמען קבלות טובות לזכותו ולרפואתו השלימה. דער נאמען צו מתפלל זיין איז מרן רבי דוב בן שושנה לרפואה שלימה ברמ"ח איבריו ושס"ה גידיו.

Kommentare


bottom of page