דינסטאג פ' שמות • י"ד טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר
פילע הונדערטער אידן תושבי עיה"ק ירושלים האבן נעכטן באגלייט למנוחות האי חסיד האי עניו מוה"ר אברהם שמעון מארגנשטערן ז"ל מפארי חסידי גור אין ניו יארק, איינציגסטע ברודער פון יבלחט"א כ"ק הגה"צ רבי איטשע מאיר שליט"א האדמו"ר מתורת חכם.
נאכן לוי' אין ניו יארק איז דער ארון געפירט געווארן קיין ארץ ישראל לקבורה. די לוי' האט זיך אנגעהויבן ביים בית הלויות שמגר וואו עס האט מספיד געווען די שוואגער פונעם נפטר הרבני הנגיד רבי יצחק שפירא שליט"א, און נאך קרובי המשפחה.
פון דארט האט מען באגלייט די מיטה ברחובה של עיר צום ביהמ"ד תורת חכם, וואו א גרויסן ציבור אידן האבן אפגעווארט די מיטה. צום ערשט האט מספיד געווען הגה"ח ר' יצחק בלויא שליט"א ראש ישיבת תורת חכם. דערנאך האט מען געהערט דברי הספד דורכן רבי'ן שליט"א וועלכע האט מיט א קול געשטיקט פון טרערן ארומגערעט בגדלותו פונעם נפטר וואס זיין גאנצן לעבן איז געוועהן איין לאנגע קייט פון תורה ועבודת השם, דערנאך האט די רבי געמאכט די ברכה פון דיין האמת מיט די כוונות וייחודים כדרכו בקודש, און געריסן קריעה.
דאן האט די לוי' פארגעזעצט צום גרויסן גערער ביהמ"ד אויף רח' ירמיהו וואו עס זענען געווען פארזאמלט הונדערטער גערער חסידים ובראשם כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועלכע האט מיטגעהאלטן די הספד פונעם גבאי הרה"ח ר' איטשע מאיר טאומאן הי"ו, וועלכע האט ארויסגעברענגט זיין עבודת התפילה, מידות טובות, און התקשרות לצדיקים, און די געוואלדיגע פארלוסט פאר חסידי גור אין אמעריקא, דערנאך האט מען באגלייט די מיטה צום ריכטונג פון הר הזיתים אין שפיץ פונעם גערער רבי'ן וואס איז נאכגעפארן די מיטה אינעם קאר.
נאכן סתימת הגולל אויפן הר הזיתים האט די ברודער דער רבי שליט"א געזאגט קדיש און דערנאך געבעטן מחילה בשם די גאנצע משפחה און אלע גוטע פריינד.
Comments