top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסארטיגע "סאטמארער חתונה" וועט פארקומען אין נייעם 'אולם הגדול' שע"י ת"ת בעלזא אין בארא פארק

מיטוואך פ' ויגש • א' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

בימי האורה והשמחה טוען אלפי חסידי סאטמאר אויפנעמען מיט גרויס שמחה והתרגשות די בשורה מרנינה אז די גרויסארטיגע "סאטמארער חתונה", שמחת נישואי נכדת כ״ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א הכלה בתש"ק בת בנו יקירו הגה"צ רבי יעקב בער טייטלבוים שליט"א אבד"ק סיגוט, וועט אי״ה אפגעראכטן ווערן ביום ב׳ פרשת שמות, במקהלות אלפי תלמידים וחסידים אין נייעם גיגאנטישן "אולם הגדול" אין די בעלזער תלמוד תורה וואס געפינט זיך אויף 1247 38'סטע סטריט אין בארא פארק, בקול ששון וקול שמחה, בישורין מלך בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל.


אין די לעצטערע וואכן און חדשים זענען די עסקנים ארומגעגאנגען, צו באטראכטן אלע מעגליכע אפציעס פון א גיגאנטישער זאל פאר די חתונה און אלע אנדערע אראנדזשירונגען, און וואו עס האט זיך ארויסגעשטעלט איז דער פאסיגסטער זאל געוועהן דער 'אולם הגדול' אין שטאט בארא פארק - מקום מגוריו פונעם מחותן אבי הכלה הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א. אין די יעצטיגע טעג זענען שוין אין פולסטן קראפט די מאסיווע צוגרייטונגען דורך די ראשי העסקנים אהערצושטעלן די גרויסע שמחת החתונה אין דעם מלכות'דיגן זאל ברוב פאר והדר, ווען אלפי תלמידים וחסידים מכל מקומות מושבותיהם קומען זיך מיטפרייען בשמחת בית צדיקים.


איבערהויפט טוען די עסקנים פארברייטן די מאסיווע טראנספארטאציע אונטערנעמונג צו ברענגען דעם ריזן ציבור פון וויליאמסבורג און פון אלע אנדערע געגענטער קיין בארא פארק, דאן נאכגעפאלגט די געהויבענע שבעת ימי המשתה מיט דער קלימאקס פונעם געהויבענעם "שבת שבע ברכות - שבת שמות" וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועט פראווען אין שטאט בארא פארק, אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אויף די 52קסטע סטריט, - הנה ימים באים!



Komentāri


bottom of page