top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אמא של מלכות • האד' מבאבוב על קברה פון אמו הרבנית ע"ה אין טאג פון די יארצייט

מיטוואך פ' כי תבוא - י"ג אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


דעם מאנטאג "א אלול איז אויסגעפאלן די 15'טע יארצייט פון הרבנית הצדיקת מבאבוב ע''ה אשת חבר הרה"ק בעל 'דברי שלמה' מבאבוב זי"א אין אמה של מלכות פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, לכבוד די יארצייט האט בנה כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א געדאווענט די תפילות פאר'ן עמוד, אין אפגעראכטן א מסיבת לחיים נאכן דאווענען.


אין די פארמיטאג שעות איז די רב שליט"א אנגעקומען צום ציון אויפן באבוב'ער בית החיים אין ניו דזשערסי וואו די רב האט פארגעזאגט תהילים און הגה"צ רבי ברוך אברהם הורוויץ ראש ישיבת באבוב האט פארגעלערנט משניות. זייענדיג אויפן ציון האט דער רב געשמועסט פון איר גרויסע יחוס און משבח געווען די פעולות לטובה מיט וואס די רעבעצען איז געשטאנען צו די האנט פון בעלה הגדול אלע יארן, דערנאך איז די רב אריין אינעם אהל הק' פון אדמור''י בית באבוב און געזאגט די 15 שיר המעלות און מתפלל געווען א תפילה חרישת לקראת די ימי הרחמים והרצון.









































תגובות


bottom of page