top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מיו"ט לשמחה: לעצטע הכנות אין קרית יואל צו חתונה הגדולה בחצרות סאטמאר און דושינסקיא

מאנטאג פ' נשא • ד' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש


ברגשי גיל וחדוה גרייט מען זיך אינעם קרית מלך רב קרית יואל מיו"ט לשמחה צו די פייערליכע חתונה הגדולה בחצרות סאטמאר און דושינסקיא וואס וועט אפגעראכטן ווערן במעמד אלופי אלפי חסידים ואנשי מעשה וואס וועלן האבן די זכי' מיטצולעבן די געהויבענע מאמענטן בשמחת בית צדיקים.

עס וועט גיין אונטער די חופה החתן אן אייניקל ביי כ"ק האדמורי"ם מסאטמאר און דושינסקיא, החתן פרע"ח הרב ישראל בן הגה"צ רבי דוד דוב דושינסקיא שליט"א רב ביהמ"ד אהל פיגא קרית יואל, בן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א און חתנא דבי נשיאה ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, מיט די כלה בת קדושים טאכטער פון הרה''ג ר' אברהם יושע אייגער שליט''א פון בארא פארק בן הגה''צ ר' עזריאל מאיר אייגער מלובלין וחתן הגה"צ ר' אפרים שטיין שליט''א מפאלטישאן.

די גרויסע חתונה קומט פאר דעם קומענדיגן מאנטאג בהעלותך, י"א סיון, מיט'ן ערווארטעטן השתתפות פון טויזנטער חסידים פון ניו יארק, און באזונדער וועלן פארבלייבן הונדערטער געסט פון ארץ ישראל און אייראפע, וואס קומען צו פארן לחסות בצל הקודש אויף יו"ט שבועות, וועלן אריינכאפן מיטצולעבן דעם עת משוש בבית המלכות.

באזונדער רישט מען זיך בהדרת כבוד מקבל פנים צו זיין דעם אורח הדגול פון ארה"ק, דער גרויסער זיידע מצד החתן, כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, וועלכער וועט קומען צו פארן מפאר זיין על ראש שמחתו.

דער דושינסקיא'ער רבי וועט זיך ארויסלאזן אין וועג אסרו חג שבועות אין ארץ ישראל, שפעט נאכמיטאג, און וועט לאנדן אין ניו יארק ווען עס וועט שוין זיין אסרו חג אין ניו יארק, דאנערשטאג שפעט ביינאכט. דער רבי וועט תיכף צופארן קיין קרית יואל און באשיינען דעם גרויסארטיגן שבת עלי' לתורה וואס וועט אפגעראכטן ווערן מיט גרויס געהויבנקייט אינעם ביהמ"ד הגדול קרית יואל.



Comments


bottom of page