מיטוואך פ' וישב • כ"ג כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין אנטווערפן איז דעם זינטאג אווענט פארגעקומען די מעמד הודאה לרגל כ"א כסליו יום ההצלה והשחרור פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע אינאיינעם מיט די יערליכע דינער לטובת די סאטמארער מוסדות אין שטאט אנטווערפען, עס איז פארגעקומען בשילוב מיטן שבע ברכות לרגל די חתונה בבית הר"ר הערשל דרעזנער מנהל מוסדות סאטמאר אין אנטווערפן - אין די זאל פון בית רחל אין שטאט, בהשתתפות אלע אדמור"י ורבני העיר ועל צבאם כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א וועלכע האט זיך משתתף געווען ביים מעמד א משך זמן, אנקומענדיג האט זיך די רבי באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבן אן און אנגעוונטשן די חתן און מחותנים, דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה להודות ולהלל אויף די גרויסע ניסים און לכבוד שמחת חתן וכלה.
Comentarios