מוצאי שבת פ' ויגש • ד' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: JDN
דעם מיטוואך ליל זאת חנוכה נאכן חנוכה ליכט צינדן פון כ"ק אדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א, ביים דריידל שפילן כנהוג, האט דער רבי אויסגערופן א מגבית צדקה לעניי ארץ ישראל ולעניי עירך תלמידי חכמים לומדי תורה מתוך דחק און יודן נצרכים, צדקה דכולה ביה, דורך שפילן דריידל מיטן עולם און מזכה זיין די אידן מיט די מצוה פון צדקה, עס האט געדויערט א לענגערע וויילע, מתרים צו זיין דעם עולם, צוביסלעך ביז מען איז אנגעקומען צו די פאנטאסטישע סכום פון 100,000 דאללער. בשעתן דריידל שפילן האו דער רבי שליט"א אנגעווארימט מיט א געוואלדיגע קאך איבער וויאזוי סאיז געווען ביים הייליגן צאנזער רב די ענין פון צדקה במסירת נפש אויסצוליידיגן די קעשענעס, מיט סיפורים נפלאים, און משלב געווען די ענין פון גיבן צדקה ביום זאת חנוכה.
Commentaires