top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגה"צ רבי משה וואלפסאן באפרייט פון שפיטאל אין ערשינען אין ביהמ''ד ביום ל"ג בעומר

דינסטאג פ' בהר בחקתי - י"ח אייר תשפ"ג | קול בחצרות


מיט דערלייכטערונג איז אויפגענימען די גינסטיגע נייעס אז המשגיח הגה''צ רבי משה וואלפסאן רב דקהל אמונת ישראל איז ב''ה דעם ל''ג בעומר באפרייט געווארן פון שפיטאל למעונו אין בארא פארק, נאך א קענטיגע שינוי לטובה אינעם מצב הבריאות די לעצטע טעג, דער ציבור איז ווייטער מתפלל לבריאת השלימות וחיזוק הכוחות פונעם משגיח מרן משה בן פריידא רבקה לרפו"ש.


דינסטיג נאכמיטאג א קורצע צייט נאכן באפרייט ווערן פון שפיטאל, איז דער משגיח ערשינען אין ביהמ''ד צו מנחה, נאך א צייט אפשניט פון א גאנצע חודש זינט דעם פארלאפענעם יו''ט פסח וואס דער משגיח איז נישט אריינגעקומען אין ביהמ''ד מחמת חולשתו, נאך מנחה האט מען געזינגען בר יוחי אין נאך שירי ל''ג בעומר.


אין אנדערע נייעס איז די וואָך ערשינען א קריאת הקודש פון די שרי התורה מרנן חברי הבד"צ העדה החרדית, וואו זיי רופן דעם ציבור און אַ באַזונדערע בקשה צו אַלע היכלי הישיבות והכוללים און בתי תלמודי תורה אין ארץ ישראל, איינצורייסן רחמי שמים מרובים אַ ז דער באַשעפער זאָל רחמנות האָבן אויף אונזער דור יתום און שיקן אַ רפואה שלימה פאַר'ן רב שליט"א.



bottom of page