top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דאפלטע תמיכה פאר לומדי כולל "אמת ואמונה" דוויזניץ מאנסי אנאנסירט ביי באנקעט בבית הנגיד ר' אליעזר שיינער

דינסטאג פ' כי תשא • י''א אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

אין אן איבערראשנדע בשורה טובה זענען די הונדערטער עמלי תורה פונעם כולל "אמת ואמונה" דק"ק וויזניץ מאנסי נתבשר געווארן איבער א דראסטישע העכערונג אין די תמיכת הכולל, ביז אזויפיל ווי כמעט א דאפלטע תמיכה, ארויף פון 600 דאלאר ביז צו גאנצע "טויזנט דאלאר".


די געוואלדיגע דורכברוך למען הרמת כבוד התורה והרחבת דעת הלומדים איז צושטאנד געקומען דעם זונטאג נאכמיטאג אין שטוב פונעם לעגענדארן תורה פילאנטראפ ורחים ומוקיר רבנן הנגיד ר' אליעזר שיינער פון מאנסי, ביי א רייכע באנקעט וואס איז פאררופן געווארן אויף די פערזענליכע בקשה פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, צו קענען ארויסגיין מיט די גראנדיעזע אונטערנעמונג להגדיל תורה ולהאדירה מכח אל הפועל.


דער רבי שליט"א האט זיך פערזענליך אפגעגעבן מיט'ן לאדענען די קרואי מועד אנשי שם א געקליבענע צאל פון נגידים בעם מוקירי תורה, וועלכע האבן געמיינזאם געשטעלט א יסוד איתן פאר די מעגא מיליאן דאלארדיגע אונטערנעמונג, ווען אויפ'ן פלאץ איז געשאפן געווארן עטליכע מיליאן דאלאר.


עס האט אויפגעטרעטן דער בריח התיכון וראש וראשון למען הרמת התמיכה, דער בעל אכסניא ר' אליעזר שיינער, וועלכער האט ארויסגעברענגט איבער די גרויסע מהפכה אינעם ישיבה'ישן עולם התורה אין אמעריקע, ווען ער, אינאיינעם מיט נאך מערערע שותפים לדבר מצוה, האבן צושטאנד געברענגט דעם פראיעקט פון "אדירי התורה" צו דראסטיש העכערן די תמיכה פאר די טויזנטער לומדי ביהמ"ד גבוה אין לעיקוואד, און אצינד גייט ער מחיל אל חיל, צו מרים זיין כבוד התורה ולומדי' דא אינעם וויזשניצער כולל וואס איז נודע לשם ולתהלה אלס זעלטענער מקום תורה.


דאן האט מען געהערט די הארציגע דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א וועלכער האט מעומק לבבו באדאנקט פאר די אלע תמכין דאורייתא, און דערמאנט בפרט די צוויי נחשונים לדבר מצוה, הנגיד ר' אליעזר שיינער, און הנגיד ר' יחזקאל אביגדור איינהארן מגדולי התומכים לכל קדשי בית וויזניץ מאנסי, וואס יעדער באזונדער האט צושטייער געגעבן די אסטראנאמישע סומע פון "דריי הונדערט טויזנט דאלאר", פאר די נייע געהעכערע תמיכה.


נאכפאלגנדיג די באנקעט איז נעכטן מאנטאג נאכמיטאג אפגעהאלטן געווארן א געהויבענער מעמד כבוד התורה געווידמעט פאר די הונדערטער יושבי אהל, און איז פארגעקומען אינעם זאל פון ישיבת אור שמח אין מאנסי, וואו עס איז ברוב הלומדים הדרת מלך נתבשר געווארן די פריידיגע הרמת כח התורה.


מ'האט דא ווידער געהאט די זכי' אז דער רבי שליט"א האט באשיינט בראש און מאציל געווען מהודו. מ'האט געהערט פאסיגע דרשות פון די ראשי הכולל הרבנים הגאונים שליט"א און פון הרב ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש, וועלכע האבן געמאלדן אז די העכערונג גייט שוין אריין אין פאקטישע קראפט אויף דעם קומענדיגן יו"ט פסח, לשמחת לבם פון די הונדערטער לומדים.

Comments


bottom of page