top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עלעגאנטע מסיבה "עץ הגן" מיוחד פאר געלאדענטע נדיבים בעם תומכי מתיבתא עץ חיים ד'באבוב

דינסטאג פ' תצוה • ד' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

א הערליכע דינער 'עץ הגן' איז אפגעראכטן געווארן דעם זונטאג נאכט לטבות די עץ חיים ד'באבוב, ווי עס זענען געלאדענט געווארן א געקליבענע צאל נגידים און גערעסע תומכים פון די מתיבתא הקדושה, די אויבנאן איז באשיינט געווארן דורך די רמ''י הישיבה ובראשם הגה''צ רבי ברוך אברהם הורוויץ שליט''א ראש הישיבה ועל צבאם דער נשיא המוסדות כ''ק אדמו''ר מבאבוב שליט''א.


עס איז געווען צוגעשטעלט סעודה רחבה און עס האבן אויפגעטרעטן מיט קורצע דרשות בשבח הישיבה, הנגידים החשובים למשפחת שארף ר' אלכסנדר שארף הי"ו און די באקאנטער דאקטער ר' דוד דייאמאנד הי"ו.

דערנאך איז אהערגעשטעלט געווארן א הערליכע פראגראם וואו די בארימטער חוקר וידען הרב שמערל ציטראנענבוים הי"ו האט געוויזן פארשידנארטיגע היסטארישע כתבי ידות און בטוב טעם געשלידערט די פרטי הדברים איבער די טייערע כתבים והמסתעף.


צום שלוס האט מען געהאט די זכיה צו הערן דעם משא הקודש פון כ''ק אדמו''ר מבאבוב שליט''א וועלכע האט משמיע געוועהן א שיינעם דרוש לכבוד העם הנאספים און מסיים געוועהן מיט דברי ברכה פאר די משתתפים ביים מעמד, תומכי המתיבתא.

נאכן מעמד זענען אלע משתתפים אדורך אל מול פני הקודש וואו דער רב שליט''א האט פארטיילט א מזכרת פאר אלע באטייליגטע א לעדערענע ספר "נועם אלימלך".


Comments


bottom of page