top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קל נא רפא: האד' מקאלוב אריינגעפירט שבת אין שפיטאל צוליב ווארשיינליכע אינפעקציע

זונטאג פ' פקודי • כ"ג אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

השתדלו והרבו תחינה ובקשה: דעם שבת אינדערפרי איז כ''ק האדמו"ר מקאלוב שליט''א לרפו''ש אפגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך א שטארקע שוואכקייט וואס איז באפאלן דעם רבי'ן שליט"א, דעם פרייטאג צונאכטס איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש אין קאלובער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג, נאך עטליכע מינוט האט דער רבי אבער פארלאזט דאס ביהמ"ד נאכן נישט גוט שפירן. שבת אינדערפרי פארן דאווענען האט מען אריבערגערופן א דאקטער, און נאכן אנטדעקן א מעגליכע אינפעקציע, האט די הצלה אריינגעפירט דעם רבי'ן צו די קאלאמביע שפיטאל, ווי די רבי ווערט באהאנדעלט דורך א שטאב דאקטוירים מיטן אויבערשטנס הילף.

שבת אינדערפרי פארן ליינען אין קאלובער ביהמ"ד האט דעם רבינס זוהן הגה"צ רבי ישכר דוב טויב אבד"ק קאלוב וויליאמסבורג אויפגעטרעטן מיט דברי התעוררות און דער חובת השעה צו מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן, מרן משה בן ריזל לרפואה שלימה.


והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים


Comments


bottom of page