top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הונדערטער בעלי בתים חסידי צאנז פייערן סיום שלש בבות דורך מפעל התורה 'תורתם משתמרת' בראשות האד' מצאנז

עודכן: 13 בינו׳

זונטאג פ' שמות • י"ב טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין

 

א געוואלדיגע "הרמת קרן התורה" האט זיך אפגעשפילט דעם מוצאי שבת ויגש אין קרית צאנז נתני', ביים גרויסן סיום 'שלש בבות' במסגרת 'דף היומי' וועלכע איז פארגעקומען אין גרויסן 'היכל ראזענבערג' אין קרית צאנז. די מעמד הסיום איז געווארן צוגעשטעלט דורך מפעל 'תורתם משמרת' דחסידי צאנז, וועלכע טון צושטעלן תורה פראגראמען פאר די בעלי בתים נכבדים וואס זענען עוסק על המחי' ועל הכלכלה, און אין די ראמען פון דעם מפעך ווערן איבערגעגעבן טעגליך איבער פופציג שיעורים אין אלע בתי מדרשות דחסידי צאנז ברחבי ארץ הקודש.


געעפענט די מעמד האט הרה"ח ר' בערל שטעמער הי"ו - נזר העסקנים לבית צאנז, וועלכע האט אין דעם געלעגנהייט פראקלאמירט די עפענונג פון א נייע פראגאם 'דף השינון', ביי וועלכן מ'וועט יעדן טאג לערנען בלויז אן 'עמוד גמרא' און חזר'ן די עמוד פון די נעכטיגע טאג. פרייטאג און שבת וועט זיין מוקדש פאר חזרת הלימודים. 


דערנאך האט אויפגעטראטן איינע פון די מגידי שיעורים הרה"ג ר' חיים יצחק קאפ שליט"א און ארויסגעברענגט די זכיה פון די בעלי בתים וואס רייסן זיך אוועק פון די פאריאגטע דאגות און זיצן און לערנען יעדן טאג. גאר רירענד איז געווען די פרעזענטאציע אין גראמען דורך דעם בעל מנגן ר' ישראל אדלער הי"ו אין באגלייטונג פון די 'אזמרה' קאפעליע, וועלכע האבן אויפגעשפילט דעם ענין פון "מה חובתינו בעולם הזה" און אז דורך תורה קען מען האבן א קשר מיט די צדיקים.


בכבוד והערצה האט דער ציבור אנטפאנגען כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכע איז ערשינען צום מעמד, און דאן האט דער גאסט רעדנער כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א אויפגעטראטן מיט א ווארימע דרשה ארומרעדענדיג איבער זיין קשר קיין צאנז און אז עטליכע פון די פראגראמען וואס זענען דא אין קהלה קדושה צאנז, האט ער אדאפטירט קיין פיטסבורג להגדיל תורה ולהאדירה.


צום שלוס האט אויפגעטראטן הרה"ג ר' יצחק שימון שליט"א פון די לאנגיעריגע מגידי שיעורים אין די קהלה, און הרה"ח ר' יחזקאל רייך הי"ו פון פתח תקוה האט געזאגט א קדיש. דאן האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד לגמרה של תורה. עס האט דאן אויפגעטראטן מיט א דרשה דעם רבינ'ס זון הגה"צ ר' אברהם האלבערשטאם שליט"א אב"ד קרית צאנז טברי' וועלכע האט ארומגערעדט בשבח המפעל און דערנאך האט דער רבי געוואנטשן לחיים און אויפגעטראטן מיט דברות קודש ארויסברענגענדיג דער חיוב וואס ליגט אויף די בעלי בתים עוסק צו זיין בתורה.


עס איז געווהן א מחזה הוד צו זעהן ווי דער ציבור האט אונטערגעשריבן 'שטרי התחייבות' אז מ'וועט לערנען און זיך פארהערן אויף די לימודים און זענען דערנאך אריבער ביים רבי'ן שליט"א וועלכע האט יעדן געוואונטשן במאור פניו און פארטיילט במתנה א 'סדר ויתן לך' פון לעדער כסגולה לפרנסה.


























Comments


bottom of page