top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי קאסוב קוקן זיך צו שנעלן בוי פארשריט ביים ביהמ"ד הגדול והחדש אין בארא פארק

מיטוואך פ' כי תשא • י"ט אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט גרויס פרייד טוען חסידי ומעריצי בית קאסוב זיך צוקוקן צו די שנעלע בוי פארשריט וואס ווערט געמאכט ביים בנין ביהמ"ד הגדול והחדש דק"ק קאסוב אין בארא פארק, ווי עס ווערט ארויפגעצויגן א מעכטיגע בנין אדיר צו דינען פאר אלע געברויכן פון די שנעל וואקסענדע קהילה מפוארה.


דעם פארגאנגענעם מוצאי שב"ק איז פארגעקומען א ספעציעלע מעמד "לבקר בהיכלו" ווי עס איז געגעבן געווארן די געלעגנהייט פאר אלע תומכי און נדבני הבנין, צו קענען כאפן א שפאציר אינעם בנין און זעהן מיט די אייגענע אויגן די געוואלדיגע פארשריט וואס עס ווערט געמאכט אויפן בנין האדיר. אויפן פלאץ האבן זיך געפינען די עסקנים פון בנין "בית קאסוב", וועלכע האבן אנגעוויזן פאר די אנוועזענדע נדיבים אלע פרטים און דעטאלן ארום דעם בנין.


דער פראיעקט אויפצובויען דעם נייעם ביהמ"ד הגדול איז אונטערגענומען געווארן עטליכע יאר צוריק, נאך די געוואלדיגע ענגשאפט וואס עס הערשט ביי די געהויבענע תפילות און טישן בצל הקודש פון כ"ק האדמו"ר מקאסוב שליט"א אינעם יעצטיגן ביהמ"ד מידי שבת בשבתו.


דער נייער ריזן בנין ביהמ"ד הגדול ווערט געבויט אויפן שטח פון דער 55'סטער גאס צווישן דרייצן און פערצן'טע עוו. דער שטח פון פיר בנינים איז זייער געאייגענט פאר א פאסיגער בית גדול לה׳ ולתורתו, דער בנין הגדול וועט אנטהאלטן א ריזיגע היכל הביהמ"ד מיט איבער 500 זיצן פאר די מענער, און 200 זיצן אין די עזרת נשים. אויף די אונטערשטע שטאק פונעם ביהמ"ד וועט געבויט ווערן א פראכטפולע מקוה מיט צוויי גרויסע בורות, באזונדער וועט געבויט ווערן א פריוואטע מקוה פארן רבי'ן שליט"א. אזוי אויך וועט אויפן ערשטן שטאק געבויט ווערן א גרויסע לופטיגע היכל התורה מיט קרוב צו 100 זיצן, מיט טויזענטער ספרי קודש צו קענען זיצן און לערנען מיט הרחבת הדעת. אויפן צווייטען שטאק ווערט געבויט א שיינע גרויסע אויפנאם צימער פארן רבי'ן, ווי די רבי וועט דארט קענען אויפנעמען דעם ברייטן ציבור הבאים לברך ולהתברך מיט הרחבת הדעת.


דער בנין החדש מאכט אין די יעצטיגע טעג מאסיווע פארשריט ווען די עושי המלאכה שפאנען ווייטער מיטן גאנצען פעסטקייט צו פארענדיגן ווי אומשנעלסטען דעם בנין הביהמ"ד החדש. אין די טעג ווערן אינסטאלירט די גרויסע פראכטפולע פענסטער אינדרויסן פונעם בנין הגדול. אין די נאנטע וואכן גרייט מען זיך צו פארענדיגן דעם גאנצן דרויסענדיגער אויסזען וועלכע וועט זיך אנטפלעקן מיטן גאנצן פראכט פארענדיגטערהייט צו די אומבאגרעניצטע שמחה פון חסידי קאסוב. אין די זעלבע צייט גייט ווייטער אן די אינעווייניגסטע ארבעט אינעם בנין מיטן גאנצן קראפט, ווען די עושי המלכה ארבעטן מיט א שטארקע פלייס צו צואיילן די ארבעטס קראפט אויפן שנעלסטן פארנעם.





Comments


bottom of page