top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הוּא יִגְמָלְךָ כָּל טוּב • האד' מבאיאן בענטשט גומל נאכן ערהוילן פון אפעראציע

מוצאי שבת פ' חוקת • ז' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

א התרגשותדיגע מאמענט האט זיך אפגעשפילט דעם שבת בחצר הקודש באיאן, ווען כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א האט גומל געבענטשט נאך עטליכע וואכן וואס די רבי איז אריבער דעם אפעראציע און איז ברוך השם צוריקגעקומען צו די כוחות. די רבי שליט"א האט כמדי שבת בשבתו עולה געווען לתורה די עליה פון שישי, און נאכן עולה זיין געזאגט די ברכה פון הגומל בשם ומלכות, ויעבור הרנה במחנה, ווען דער ציבור חסידים זקנים עם נערים האט לעומתו געענטפערט מיט אומגעהויערע שמחה דקדושה מי שגמלך כל טוב, הוא יגמלך כל טוב סלה, און אויסגעבראכן און פייערדיגער טענץ זינגענדיג ניגוני שבח והודאה.


ליל שבת נאכן דאווענען האט די רבי דערמאנט די שבת של שמחה, די באווארפן פון נכדו החתן לוי יצחק ני"ו וואס איז פארגעקומען מעבר לים אין בארא פארק, און געזאגט אז מען קען באגלייטן די חתן מריחוק מקום דורכן לערנען פארן דאווענען, און די זכותים וועלן זיכער באגלייטן.


מוצאי שבת נאך מעריב און קידוש לבנה האט די רבי משמיע געוועהן קורצע דברי פרידה איידערן זיך ארויסלאזן קיין לאנדאן צו די חתונה, דערנאך האט די ראש ישיבה הגאון רבי צבי ראבינאוויטש שליט"א אנגעוואונטשן דעם רבי'ן שליט"א בשם כל קהלא קדישא אז ער זאל גיין און צוריק קומען לחיים ולשלום, די חסידים האבן ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה מיטן ניגון 'כי בשמחה תצאו'.

Comments


bottom of page