top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עלעגאנטע שבע ברכות בחצר המשפיע הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א געאייגענט פאר געסט פון אויסלאנד

עודכן: 6 בפבר׳

מיטוואך פ' בשלח • ז' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך

 

אן עלעגאנטע שבע ברכות איז אפגעראכטן נעכטן אין שטאט אלעד לרגל שמחת נישואי החתן זוהן פון המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, ספעציעל געאייגענט פאר די פילע געסט וחברי חבורת 'באר האמונה' וואס זענען געקומען צו פארן צו די שמחה מכל קצוי תבל. בראש המסובים האט באשיינט די שמחה כקש"ת הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א וועלכער איז ספעציעל ארויסגעקומען קיין אלעד צו די שבע ברכות. דער בעל שמחה הרה"צ רבי אלימלך האט מכבד געוועהן דעם רב שליט"א צו משמיע זיין דברי ברכה לכבוד העם הנאספים, דערנאך האט הרה"צ ר' יעקב מאיר שליט"א געזינגען א ניגון שמחה און זיך אויפגעשטעלט אויף א פייערליכע ריקוד מיט הרה"צ ר' אלימלך שליט"א, מיט די חתן און מחותנים.




تعليقات


bottom of page