top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יעק"ב אבינו לא מת • געהויבענער ערשטער שבת אין סקולענער הויף נאך הסתלקות פון הרה"ק מסקולען זצ"ל הכ"מ

מאנטאג פ' כי תבוא • י"ג אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

JDN - בילדער קרעדיט: אברומי בערגער

 

יעק"ב אבינו לא מת מה זרעו בחיים אף הוא בחיים, דאס איז געווען דער אויסדריק ביי די פילע הונדערטער חסידי סקולען און תושבי עיר בארא פארק וועלכע האבן מיטגעלעבט דעם פארלאפענעם שבת פרשת כי תצא, בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א ואחיו הגה"צ ר' אליעזר זוסיא שליט"א, וועלכע האבן געפראוועט אינאיינעם אויף גאר א געהויבענעם פארנעם דעם ערשטן שבת נאכ'ן איבערנעמען דעם כתר האדמורו"ת פון זייער הייליגן טאטן דער סקולענער רבי זצ"ל, און שטייענדיג ביים סיום ימי השבעה האבן די פילע הונדערטער חסידים זיך מחזק געווען און געטרייסט זעהנדיג ווי די הייליגע שלשלת ווערט ווייטער נמשך דורך די זרעא קדישא פון רבי'ן זצ"ל.


אויף שב"ק זענען געקומען צו פארן פילע געסט פון אנדערע שטעט וועלכע האבן נישט געוואלט פארפאסן אזא היסטארישן שבת פון התחדשות המלוכה, אויך האבן מיטגעהאלטן דעם גאנצן שב"ק אלע איידעמער פון רבי'ן זצ"ל הגאוה"צ שליט"א, ועל צבאם דער געהויבענער פעטער כ"ק אדמו"ר מסטרעליסק שליט"א חדב"ן פון הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זצ"ל.


פרייטאג פארנאכטס ביים דאווענען איז דער סקולענער ביהמ"ד געווען מלא על כל גדותיו, ביים מזרח וואנט איז געווען צוגעגרייט א מקום מיוחד פאר'ן סקולענער רבי'ן שליט"א און דער יונגערער ברודער הגה"צ ר' אליעזר זוסיא שליט"א, און במשך דעם גאנצן שב"ק איז געווען גאר שטארק בולט די קעגנזייטיגע כבוד והערצה צווישן דעם רבי'ן שליט"א און דעם ברודער וואס האט סימבאלאזירט די הייליגע מדות פון זייער גרויסן טאטן דער רבי זצ"ל.


במשך דעם שב"ק האבן די אדמורי"ם שליט"א נישט פארגעדאווענט די תפלות פאר'ן עמוד נאר האבן געזאגט די קדישים. צוליב דעם וואס דער סטערליסקער רבי שליט"א האט אויך געזאגט די קדישים זייענדיג בשנת האבל פון אביו האדמו"ר מסטרעליסק זצ"ל האבן די ברידער האדמורי"ם שליט"א ביי יעדן קדיש יתום מכבד געווען דעם פעטער האדמו"ר מסטערליסק שליט"א צו זאגן ערשט, דאן האבן די אדמורי"ם געזאגט קדיש, און דערנאך האבן געזאגט די אנדערע חיובים געזאגט.


מיט תפלת מנחה ערב שב"ק איז נתכבד געווארן חדב"ן הגה"צ ר' יואל מאסקאוויטש שליט"א רב דביהמ"ד מאור הגולה ודומ"ץ בקהל יט"ל מאנטריאל, און קבלת שבת האט פארגעדאווענט הגה"צ ר' מאיר דוד סעקולא שליט"א רב דביהמ"ד כליל תפארת סקולען און נכדו חביבו פון הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זצ"ל, וועלכער האט פארגעדאווענט אויפ'ן הערליכן סקולענער נוסח און האט ארויסגעברענגט נאסטאלגיע ביים גאנצן עולם, נאכ'ן דאווענען איז דער ריזיגער ציבור דורכגעגאנגען זאגן גוט שב"ק פאר די אדמורי"ם שליט"א ואף הם מכוונים כנגד המברכים במאור פנים.


נאנט צו 12 אזייגער ביינאכט איז דער רבי שליט"א ואחיו הגה"צ ר' אליעזר זוסיא שליט"א אריינגעקומען צום שבת אחי"ם גם יחד בשירות ותשבחות, וואו דער ביהמ"ד איז געווען מלא וגדוש מיט שווערע הונדערטער אידן פון די גאנצע שטאט וועלכע האבן געהאלטן אין איין שטראמען לחזות בנועם ה', דער רבי שליט"א האט טועם געווען פון די חלה, די קוגל און שפעטער פון די פירות, מען האט געזינגען די קביעות'דיגע ניגונים 'שירו לו' און נאך, און דערנאך האט דער רבי פארגעזינגען דעם בארימטן סקולענער 'כל מקדש' מיט אלע תנועות ווי אויך די ריקודין ביי וביום השבת, ביים טיש זענען געשטאנען אונטער'ן רבי'ן די קביעות'דיגע גבאי הביהמ"ד, און די שיריים איז אויסגעטיילט געווארן דורכ'ן קביעות'דיגן משב"ק הגה"ח המקובל ר' משה חיים שטיינבערג שליט"א וועלכער האלט שוין אן די חזקה צענדליגער יארן ביי אדמור"י בית סקולען.


דער רבי שליט"א האט געטרינקען לחיים און געוואונטשן ברכת קדשו פאר'ן גאנצן ציבור זאגנדיג אז דער זכות פונעם טאטן זצ"ל זאל מגין זיין אויף יעדן איינעם, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען צו זאגן אפאר ווערטער דעם ברודער הגה"צ ר' אליעזר זוסיא שליט"א וועלכער האט מחזק געווען דעם עולם זיך צו האלטן ווייטער אינאיינעם בצל קדשו פון אחיו הגדול דער רבי שליט"א, שפעטער האט דער רבי דערציילט עטליכע ענינים פון די צדיקים וועמנ'ס יארצייט געפאלט די קומענדיגע וואך כמנהג אביו הגדול.


מיט'ן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דעם פעטער כ"ק אדמו"ר מסטרעליסק שליט"א, און נאכ'ן טאנצן 'ונשגב' איז די רבי שליט"א אריינגעגאנגען אין צימער, ווען דער ציבור בראשות די איידעמער פון רבי'ן זצ"ל זענען נאך פארבליבן אין ביהמ"ד אויף א שטיק צייט וואו מען האט געזינגען אינאיינעם ניגוני שב"ק וואס מען פלעגט זינגען אלע יארן ביי די טישן ליל שב"ק ביים רבי'ן זצ"ל.


שב"ק אינדערפרי איז מכובד געווארן צו דאווענען שחרית חדב"ן הגה"צ ר' יוסף משה אונסדארפער שליט"א ר"מ בישיבה ומתיבתא אור החיים טאהש, ביים ליינען האבן עולה געווען אלע איידעמער פון רבי'ן זצ"ל, לוי האט עולה געווען דער עלטסטער איידעם הגה"צ ר' מרדכי דוב הלוי בעק שליט"א אבד"ק טאלמיטש, און מיט ששי איז נתכבד געווארן האדמו"ר מסטעליסק שליט"א, מיט הגבה איז נתכבד געווארן האברך החשוב ר' בצלאל פריינד הי"ו וועלכער האט געהאט די זכי' עטליכע יאר נאכאנאנד צו באדינען דעם רבי'ן זצ"ל זייענדיג הויז-בחור, און גלילה הבחור החשוב משה דייטש הי"ו מתלמידי ישיבת אלכנסדר וועלכער האט שטארק ארויסגעהאלפן אין שטוב פון רבי'ן זצ"ל מיט גרויס געטריישאפט. תפלת מוסף האט פארגעדאווענעט טאלמיטשער רב שליט"א חדב"ן, און נאכ'ן דאווענען האט דער רבי קידוש געמאכט מיט'ן עולם און געוואונטשן ברכות קדשו.


שפעטער פארנאכטס איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו מנחה, ביי קריאת התורה איז מכובד געווארן ראשון אדמו"ר ר' אליעזר זוסיא שליט"א, שני הרה"ח ר' יצחק יעקב דייטש הי"ו פון מאנטריאל לאנגיעריגער משב"ק און חברותא פון רבי'ן זצ"ל, און שלישי האט עולה געווען דער רבי שליט"א, וואס ביי מנחה איז שוין געווען נאכ'ן סיום ימי השבעה, מיט הגבה איז מכובד געווארן הר"ר יעקב שמעון מאסקאוויטש הי"ו און מיט גלילה הר"ר משה מיסקי הי"ו ביידע פון די געטרייע נאמני ביתו פונעם רבי'ן זצ"ל.


דערנאך איז אפגעראכטן געווארן שלש סעודות מיט גרויס דביקות והתעוררות, דער רבי שליט"א און זיין ברודער הגה"צ ר' אליעזר זוסיא שליט"א האבן פארגעזינגען די זמירות און משמיע געווען דברות קודש, וואו רבי אליעזר זוסיא שליט"א האט בתוך דבריו ארויסגעברענגט אז דער גאנצער ציבור כאיש אחד בלב אחד איז מכתיר דעם עלטערן ברודער אלס ממלא מקום אביו זצ"ל, און ס'וועט זיין זכות אבותיו מסייעתו אנצוגיין ווייטער בהנהגת העדה הקדושה. דער רבי שליט"א האט געבענטשט על הכוס, און דערנאך האט מען געדאווענט מעריב.


נאך מעריב האבן די אחים האדמורי"ם שליט"א אינאיינעם געזאגט 'ויתן לך' מיט'ן ציבור, ווי עס איז געווען איינגעפירט אין די לעצטע תקופה ביים רבי'ן זצ"ל, און נאכ'ן דורכגיין זאגן א גוטע וואך איז דער עולם זיך צוגעגאנגען מיט געהויבענע געפילן בעטנדיג א תפלה צום באשעפער אז ס'זאל זיין 'בית צדיקים יעמוד' און די הייליגע המשכה זאל ווייטער אנהאלטן עד ביאת משיח צדקנו.



Comments


bottom of page