top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסיווע הכנות צום היסטארישן מעמד 'אדירי התורה' היינט אין די וועלס פארגא סענטער אין פילידעלפיע

זונטאג פ' בהעלתך - ט"ו סיון תשפ"ג | קול בחצרות


דער עיר התורה לעיקוואד רויט מיט מאסיווע צוגרייטונגען מיט בלויז געציילטע שעות פארבליבן צו דעם היסטארישן כנסייה לכבודה של תורה די מעמד ''אדירי התורה'' וואס וועט אפגעראכטן ווערן היינט זונטאג אין די גיגאנטישער וועלס פארגא ארענא סטעדיום אין פילאדעלפיע.


כמעשהו בראשונה ווי דער מעמד פאריאהר אנטשפרעכט דער היי יעריגע מעמד צו זיין א מאורע וואס וועט שטארק ארויסהייבן די געוואלדיגע חשיבות התורה ולומדיה צוזאמברענגענדיג לפונדק אחד טויזנטער אברכי הכולל ויוצאי ישיבת בית מדרש גבוה אין לעיקוואד אין אלפי ישראל מוקירי ומחזיקי התורה.


ביי מעמד וועלן געהערט ווערן מערערע דרשות בחיזוק לימוד התורה ווען צווישן זיי וועט איבעגעגעבן ווערן די משא המעמד דורכן ראש הישיבה הגאון הגדול ר' מלכיאל קוטלער שליט"א. און דערנאך וועט געהערט ווערן די דרשה פונעם נואם הכבוד דער זקן ראשי הישיבות בארה"ק הגאון האדיר ר' דוב לאנדא שליט"א וועלכע איז ספציעל געקומען צו פארן פון ארץ ישראל צו באשיינען דעם מעמד.


הגאון האדיר ר' מאיר צבי בערגמאן שליט"א ראש ישיבת הרשב"י, וועלכע איז אויך אנגעקומען צוגאסט קיין ניו יארק צו אויפטרעטן מיטן משא המעמד ביים גרויסן מעמד אין האט פארגאנגענעם דאנערשטאג ליידער ערהאלטן די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון זיין זון הרב עזריאל בערגמאן ז"ל, און האט זיך געזעצט שבעה בבית האכסניא אין לעיקוואד, וועט זיך משתתף זיין ביים מעמד כפי הוראת גדולי ישראל לויט א ספעציעלער היתר וואס די רבנים האבן אויסגעארבעט, מיט די פאלגענדע תנאים, א' אז דער ראש ישיבה זאל זיך משתתף זיין אנגעטון מיט די בגדי אבלות כדין, ב' דער ראש ישיבה וועט רעדן בלויז דברי חיזוק ומוסר אין נישט מרבה זיין בדברי תורה אין דרוש. ג' מען וועט נישט אויפנעמען דער ראש ישיבה מיט מוזיק אין תיכף נאך זיין דרשה וועט דער ראש ישיבה פארלאזן דער מעמד.


ביים מעמד וועט אויך געהערט ווערן א פייערדיגער דרשה פונעם משפיע מפורסם הרה''צ רבי אלימלך בידערמאן שליט''א דורך א לייוו הוקאפ.


אין בעפארגרייטונג צום היסטארישן מעמד זענען די ראשי הישיבה פון ביהמ''ד גבוה ד'לעיקוואד ארויפגעגאנגען צו די שטובער פון גדולי ישראל אין זקני ראשי הישיבה אין אמעריקא זיי פערזענליך איינצולאדענען צום מעמד. ווי אויך איז פארגעקומען א געמיינזאמע אסיפות הרבנים וראשי ישיבות פון אלע שיכטן אין קרייזן אין לעיקוואד ליטווישע ספרדיש'ע אין חסידישער צוגלייך ווי די רבנים זענען פארבעטן געווארן מחזק צו זיין דעם ציבור זיך משתתף צו זיין אין דעם מעמד לכבודה של תורה.


גלייכצייטיג שפירט זיך אין די לופט די הכנות איבער גאנץ עיר התורה לעקוואד לקראת די גרויסע מעמד ווען די גאנצע שטאט ווערט באהאנגען מיט מיט גרויסע שילדן און טאוולען וואס ברענגט אריין די גאנצע שטאט אין א יו"ט'דיגע אטמאספערע.


אין די גיגאנטישער וועלס פערגא צענטער אין פילאדעלפיע, מיט אירע העכער 20 טויזענט זיץ פלעצער ווערן יעצט געמאכט די לעצטע צוגרייטונגען צו קענען ענפאנגען די רבבות אלפי ישראל ווי אויך טוען די עסקנים צוגרייטן זיך א ריזיגע בימת הכבוד פאר אלע רבנים און ראשי ישיבות פון איבער גאנץ אמעריקע וואס וועלן אנטייל נעמען אינעם מעמד צו מרומם זיין די כבוד התורה פון די טויזנטער יונגערלייט וואס תורתם אמנתם און זיצן און לערנען יומם ולילה במסירות נפש ומתוך הדחק.


גדול יהיה כבוד המעמד לכבוד התורה ולומדיה.




הגאון רבי מלכיאל קאטלער ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה ביים אבזערווירן די ליצטע צוגרייטונגען אינעם סטעדיום.





Comments


bottom of page