דאנערשטאג פ' בהעלותך • י"ד סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: איתי קצב
דעם דינסטאג אויפדערנאכט איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אנגעקומען קיין בני ברק וואו די רבי האט ערשט מנחם אבל געוועהן ביים ראש ישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א און די ברודער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א נאך די פטירה פון הרבנית מגור ע"ה, דערנאך איז די רבי שפאצירט צום צאנזער ביהמ"ד וואס געפינט זיך דארט בשכינות אויף רח' יהודה הלוי וואו עס איז סטאנציאנירט די צאנזער ישיבה קטנה 'שפע חיים' אין בני ברק, די רבי שליט"א האט זיך ארומגעדרייט בין ספסלי דבי מדרשא און ארומגעשמועסט מיט די צוות הישיבה. די רבי האט דערנאך געדאווענט מעריב מיט די תלמידי הישיבה און דאן אפגעראכטן א שולחן לחיים און משמיע געוועהן דברות קודש ודברי הדרכה פאר די בחורי חמד.
Comments