top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דברים חוצבים פון מרן פוסק הדור שליט"א נאך שוידערליכע "פסק הלכה בשם המדינה" איבער ארויפגיין אויפן הר הבית

דאנערשטאג פ' מטות מסעי • כ"ו תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

גאר שארפע דיבורים קעגן התגרות באומות זענען געהערט געווארן דורך מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות ביים ענדע פון די וועכנטליכע שיעור הלכה די וואך וואס די גאון האט פארגעלערנט בביתו נאווה קודש ווי ער האט שארף ארויסגעטראטן קעגן דאס ארויף גיין צום הר הבית, און קעגן דעם מיניסטער פון די מזרחי פארטייען, איתמר בן גביר, פארזיצער פון די "עוצמה יהודית" פארטיי, וועלכער האט ארויסגעגעבן א לעכערליכן "פסק דין בשם המדינה" אז מ'מעג כביכול ארויף גיין צום הר הבית, קעגן דעת תורתינו הקדושה.


אין זיינע ווערטער וואס זענען געזאגט געווארן מיט ברען און טרייסל האט דער גאון ארויסגעברענגט זיין שאק און די קול מחאה זאגנדיג אז עס איז חילול ה' און ליצנות פון די תורה הקדושה, ארויסצוגעבן אזא 'פסק הלכה' בשם אפיקורסים און מחללי שבת וואָָס קעמפן און שלאגן זיך קעגן די תורה און מצוות, און כביכול וועלן זיי נאך באשליסן פאר אונז די 'הלכות' פון אונזער הייליגע תורה.


די גאון האט ארויסגעברענגט אז אויסער די חומר האיסור וואס גרעניצט זיך מיט חיוב כרת, זענען די אידן וואס גייען דארט ארויף פשוט רוצחים, וואס רייצן אויף די אראבער צו מוסיף זיין צו די שנאה וואס זיי האבן צו די אידן, און זיי זעהן אינעם ארויפגיין צום הר הבית ווי א 'רעליגיעזע מלחמה', און זענען גרייט אוועקצוגעבן זייער לעבן דערפאר, און די קול מחאה וואס מען איז מחויב ארויסצוברענגען אז מיר ערליכע אידן זענען זיך מתנגד קעגן דעם בכל תוקף, מיר דארפן גודר זיין די דאזיגע פירצות, און הלוואי וואלט מען דארט געשטעלט א שומר צו ווארענען אז קיין איד טאר נישט אריינגיין דארט, און עכ"פ דארף מען מוחה זיין קעגן די אלע וואס גייען ארויף צום הר הבית, וואס ברענגען אריין אין סכנה גאנץ כלל ישראל.


השמרו לכם עלות בהר.

Comments


bottom of page