top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסן צוזאמענפאר פון הונדערטער חסידים צום הילולא קדישא ז' שבט אין לעלוב - פולין | ברייטע דעקונג

דינסטאג פ' יתרו • י"ג שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

 

כמידי שנה בשנה האט כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א אונטערגענימען א מסע הקודש בראש קהל חסידיו, צו די יומא דהילולא קדישא פונעם ראש שושילתא קדישא הרה"ק רבי דוד'ל לעלובער זי"ע, ז' שבט אין שטאט לעלוב פוילין.


דורכאויס די גאנצע מעת לעת פונעם יארצייט איז געוועהן צוגעשטעלט אכילה ושתיה ביד רחבה אינעם גרויסן שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורכן וועד הכנסת אורחים דלעלוב אין שפיץ פון הרה"ח ר' שמחה קרקובסקי הי"ו משב"ק אדמור"י לעלוב.


שוין הונדערטער יאהרן וואס דער טאג ז' שבט דינט אלס אלס א יום שמחה והתעוררות ביי לעלובער חסידים, בפרט אינעם שטאט לעלוב וואס ווירבלט יאהר יערליך אין דעם גרויסן טאג - מיט מאסן אידן פון איבער די גארער וועלט, חסידים ואנשי מעשה און פילע בנן של קדושים נכדי בעל ההילולא.


באנאכט בליל ההילולא קדישא איז דער רבי אריינגעקומען צו מעריב ברוב עם און דערנאך מעריך געוועהן א שולחן לחיים וואו דער רבי האט מכבד געוועהן כ"ק אדמו"ר מלעלוב בית שמש שליט"א צו דערציילן סיפורים ועובדות פונעם בעל ההילולא. שפעט באנאכט איז המשפיע הגה"צ ר' נחמן בידערמאן שליט"א אנגעקומען קיין לעלוב אין באגלייטונג פון א גרויסן ציבור חסידים און פוקד געוועהן דעם ציון הק' בהתעוררות רב.


ארום צען דרייסיג פארמיטאג איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום ציון הק' און אויסגעזאגט גאנץ ספר תהלים מיט א אומבאשרייבליכע התעוררות, העכער דריי שעה זענען הונדערטער אידן געשטאנען צונויפגעשטופט און געזאגט פרקי תהלים מיט בכיות נוראות אויספועל'נדיג אלעס גוטס. נאכן אמירת תהילים האט דער רבי געמאכט א מי שברך לרפואתו השלימה פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א און א באזונדערע מי שברך פאר די פעטער'ס האדמור"ים לבית לעלוב. דאן זענען די נדיבי עם קודש תומכי הכנסת אורחים ד'לעלוב דורך מיט קוויטלעך וואו דער רבי האט יעדן געוואונטשן בשעת די ציבור האט געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות. דערנאך איז געפראוועט געווארן די מעמד ההדלקה כנהוג ברחבת הציון, און דער גאנצער ציבור האט געטאנצן לעבעדיג א לענגערע צייט.


ארום פיר אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום צענטראלן יארצייט טיש אינעם גרויסן שאטער, דער לעגענדארער עסקן און משמש בקודש הרב שמחה קרקובסקי הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט ווערטער ארויסברענגענדיג די גרויסקייט פון די יעצטיגע צייט, און דער רבי האט משמיע געוועהן דברות קודש וואו ער האט בסיום דבריו מעורר רחמים געוועהן לביטול רוע הגזירות אויף אידישע קינדער איבער די וועלט און בפרט דעם גזירת גיוס בני ישיבות וואס הויערט אויף די ישיבות אין ארץ ישראל.


דער טיש האט זיך פארצויגן פאר בערך זעקס שעה, זייענדיג איין לאנגע קייט פון התרוממות הנפש און שמחה דקדושה, עס איז שוין געווען שפעט ביינאכט ווען די מעמד איז פארענדיגט געווארן, און דער ציבור האט זיך אנגעהויבן גרייטן צוריקצופליען אהיים מיט פילע זעק פון השפעות ברוחניות ובגשמיות.


























Comments


bottom of page